הרשמה חינם  | כניסה לחברים  | רויטל גומרת עניין  | אסטרולוגיה סקסולוגית  | טיפים וטריקים
     הלוח לבריאות מינית  | עירום חלקי  | מאמרים  | תמונות ממסיבת הפנטזיות  | כתבו עלינו
     פורום אהבה ורומנטיקה  | פורום סקס ומיניות

הכרויות אקסלאב

פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים

בית > אהבה ורומנטיקה > א אידישע ליבע > דער זינד און איר שטראף.
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2012 05:00 לינק ישיר 
דער זינד און איר שטראף.

בס"ד

 

 

 

דער טאג האט זיך אנגעפאנגען אזוי ווי יעדן פרימארגן, אין די לעצטיגע תקופה.

 

חזקי איז אויפגעשטאנען 6 אזייגער. ווי זיין געווענליכע שטייגער. גענומען א שנעלע שאווער.  (אין מקווה פלעג ער בלויז גיין ערב שבת, אדער א טאג וואס ער איז טאקע טמא געוועזן)  ער האט זיך אריינגעאיילט אין ביהמ"ד און געדאוונט שחרית. תיכף דערנאך, האט ער זיך ארויסגעיאגט צום געשעפט. געקויפט א ברויט. מילך. און יאגורט, פאר זיין פרוי. אויפן וועג אהיים האבן זיך די קראצערייען אנגעפאנגען. דא האט א מאסיווע מיסט-אויטא נארוואס אויסגעוועלט אויפצונעמען די גארביטש אויף זיין גאס. דייקא מיט א ספעציעלע געלאסנקייט, וואס האט אים ארויסגענימען פון די גלייזן. די אויטא פארנט פון אים וואס האט געפיפן אהן קיין אפשטעל האט נאר אויפגעטוהן, אז די אנגעזעצטע שטאטישע מיסט-רייניגער זאלן ארבעטן נאכמער פאמעליכער.

 

דא ווייטער איז א חדר-באס געבליבן שטעקן אינמיטן שטראז, הינטער א גראבע אויטא, וואס האט דאפלט-פארקירט, חזקי האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע צוואנגען נישט צו פייפן, וויבאלד דער רוסקי אינבעק פון אים, האט דאס שוין עקספערימענטירט, און ס'האט נישט אויסגעזעהן ווי עמיצער זאל האבן געלייגט אויף אים צופיהל געוויכט. מצד שני, איז ער אבער שוין הינטערשטעליג געווען פון זיין סקעדזשול מיט א גוטע 25 מינוט. אינצווישן האט גולדי אריינגערופן שרייען אז זי מוז לויפן מיט די קינדער'לעך צום באס, און דערויף פליען צום ארבעט, און אייגנטליך וויפיהל עס זאל אים נישט אנגיין, איז פארט היינט דאס צענטע חתונה-יארטאג. איר געשריי פון טעלעפאון האט אים דערמאנט וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן

 

חזקי א הויכע דארע בחור, אז זיס קינד פון א טיפישע בני ברק'ע שטוב – געהערנדיג צו א היימישע חסידישע קרייז. א קליינטשיג בערדל האט באצירט דאס גאמבע זיינע. און די פאות זענען אים געליגן פארוויקלט אינטער די אויערן. בעשטומ"צ איז ער א חתן געווארן צו גאלדי. געזעהן האט ער זי, צוויי מאל. דאס ערשטע מאל ביי אירע עלטערן אינדערהיים. א שעה נאכן לאנדן. און נאכדעם ווידעראמאהל ביים זיידנ'ס הויז. וואו נאך ארום א האלבע שטונדע, זענען אלע אריינגעקומען און אים געוואונטשן "מזל טוב".

 

ס'האט אים גענומען א מינוט צו רעאליזירן, אז ער איז אקארשט א חתן געווארן צו זיין געוואלדיגע גוטן מזל. און נאך א צענדליג יאהר איינצוזעהן, אז מ'האט אים דאן מיט חכמה און כיטרישקייט אריינגענארט און א שטייג פון וואו קיין וועג ארויס איז נישט פארהאנען.

 

 דאמאלטס אינעם זיידנ'ס דירה, -  ווען אלע קרובים, און חברים זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט זיין שמחה מיט אזא געוואלדיגע געטריישאפט. – האט ער געוואוסט איין זאך – "דער כלה גאלדי, איז א שיינע מיידל, און אפ', א ספעציעלע שיינע. טראצדעם וואס דער אופן וואס זי האט זיך אנגעקליידעט, צודעקנדיג  יעדע'ס שטיקל צענטימעטער פלייש, פון אויבן, אונטן, אדער הענט, - האט נישט ערמעגליכט במילא צופיהל צוזעהן, פונדעסטוועגן, וואס ער האט געזעהן איז געווען, 'וואונדערליך' און האט עדות געזאגט אויף דאס פארבארגענע פון איר.  א צורה פון א מלאך.לאנגע שיינע בלאנדע האר לאָקן. גלאנציגע הויט געפארבט מיט א איילבירט-קאליר. און פון איר פנים האבן ארויסגעבליקט, צוויי שיינע בלויע אויגן.

 

נאך די צוויי צוזאמענטרעפן, וואס האט באטראפן גענוי, א שטונדע אויפ'ן זייגער. האט ער ניטאמאל געדענקט פונוואס מ'האט געשמועסט, און וואס, אדער אויב,  זי האט בכלל געענטפערט אויף די צוויי איינציגסטע גורל'דיגע פראגן, וואס ער האט איר געשטעלט, וואו מ'וועט וואוינען? און וואס איז איר פלאַן צום לעבן?..

 

עס זענען פארריבער 3 מאנאטן, אין וועלכע חזקי האט נישט אויפגעהערט צו פאנטאזירן זיך, און אויסמשל'ען זיך אין געדאנק זיין  'גאלדי' – מיט – אדער אהן קליידער. צו טראכטן ווי גוט זי וועט זיין צו די קינדער, און וואספארא געשמאקע לוסטיגע לעבן זיי וועלן האבן צוזאמען. איין נאכט זענען זיינע עלטערן אפגעפארן צו א 'בר מצווה' און חזקי האט זיך ממש נישט געקענט צוריקהאלטן, און געטוהן א געוואגטע שריט. נעמליך, 'איר טעלעפאנירט' כאטש די הארבע איסור דערין.  צו זיין מזל האט זי געענטפערט די טעלעפאן, אבער ווי שרעקליך אנטוישט איז ער געווארן, הערנדיג איר שטרענגע שטימע "ווער איז דאס"...? "איך" האט חזקי געזאגט. און זי האט תיכף אראפגעשמיסן דעם טרייבל אויף'ן הענגער.

 

הייב שוין אויף דיין טעלעפאן. הייב שוין אויף דיין טעלעפאן..... האט זיך חזקי'ס סעלפאון צוזינגען, איבערהאקנדיג דאס שנירל פון זיינע געדאנקען. און ברענגענדיג א ענדע צו די בייסנדע מחשבות איבער 'אים און גאלדי' וואס ווי איראניש עס הערט זיך, טוט איר נאמען באדייטן פאר אים, בלויז דאס פונקט פארקערטע פון 'גאלד'

 

'גיטי' זיין סעקרעטערי, אין די קאמפאני וואו ער ארבעט, איז געווען אויף די ליין, חזקי, האט געארבעט פאר א פירמע וואס שטעלט צו 'טינט פאר פרינטינג פירמע'ס, מיט די צייט האט ער זיך ארויפגעדראפעט, אנקומענדיג צו די שטעלע פון  קאמפאני-דירעקטאר, אזוי ווייט, אז די פאקטישע בעלי בתים זענען כמעט נישט וואס אריינגעטרעטן, זיך פארלאזנדיג אויף אים בלינדערהייט. אין אנהויב, פלעג ער נעמען דעם באַן יעדן צומארגנס צו דאונטאון ברוקלין, צוואנציג מינוט שטייענדיג ווי א צודריקטע סארדין, מיט שווארצע און היפי'ס צוקוועטשט. ביז ער האט מחליט געווען זיך איינצוהאנדלן א קאר, מיט'ן רעכענונג אז אויב גיטי, און די אקאונטענט'קע. פון זיין אפיס, צוזאמען מיט נאך פינף פון די דערנעבנדיגע שכינת'דיגע אפיס, וואס וואוינען אויך אין ב"פ, וועלן מיטקומען מיט אים, און דערביי אנטייל נעמען אין די הוצאות דורכ'ן זיך משתתף זיין מיט א באשטימטע אפצאל, וועט ער אזוי ארום קענען דעקן די 'ליסינג'

 

ער האט עס איבערגערעדט מיט זיין ארבעטס'געבער, דער לעצטער האט זיך געפרייט צוהערן אז זיינע ארבעטער וועלן זיין פונקטליכער אין צייט. און אין די זעלבע צייט שפארן געלט. און דער שכינות'דיגע  בעה"ב האט אפ' וויליג , פארגעשלאגן, אויסצובארגן דעם דעפאזיט...

 

אויפ'ן טעלעפאון האט גיטי זיך געבייזערט, הלמאי זי, און די איבירגע פרויען ווארטן שוין צען מינוט אין די פרעסטיגע שניידנדע ניו יארקער קעלט, און פ"וו איז ער נאכנישט דא?... חזקי, טראץ דאס אלעס. האט ער אבער זייער נישט געוואלט יעצט אויפרעגן זיין ווייב, האט ער א זאג געטוהן פאר גיטי:

 

 "קוק איך בין יעצט אין טרעפיק, ס'וועט מיר נעמען לכה"פ נאך א 10, 15 מינוט  אנצוקומען צו ענק. בעהט זיי איבער אין מיין נאמען, און זאג זיי אז כ'האב פארשפעטיגט אביסל" .. נאך עטליכע מינוט האט גיטי צוריקגערופן און אים איינגעמאלדן, אז זיי ווילן נישט ווארטן, און זיי נעמען א טעקסי.

חזקי: "אקעי איך וועל באצאלן דערפאר פון מיין אייגן קעשענע"

מיט איין אטעם איז חזקי ארויפגעלאפן די שטיגן וואס פירן צו זיין הויז, איבערהיפנדיג די טרעפן, צווייי. צוויי.. און בלויז, כדי אנצוטרעפן זיין ווייב ביי די טיהר, איבערנעמענדיג די מילך פון זיינע הענט, אהן אפ' ארויסזאגן א יישר כח...

 

אריינזעצנדיג זיך צוריק אין קאר, האט די טעלעפאן זיינע זיך צוקלונגען, מיט א אומבאקאנטן נומער ערשיינענדיג אויפ'ן ID,

חזקי: העלאוי?

חני: יא! דאס איז חני.

חני, איז געווען איינע פון די ארבעטארערינס פון די דערנעבנדיגע אפיס, אין זיין בנין. א חסידישע ווייבל. א איינפאכע איידעלע באנעמונג. אבער זייער צוזאמגענומען. און עלעגאנט אנגעטוהן. זי האט שטענדיג געטראגן מער פושיטע קליידונג, אבער מעגליך אז ס'איז נישט געווען די קליידער וואס האבן אנגערייצט, נאר  איר בליק, אדער איר קערפער, פון וואו די פרויערישע איברים האבן ארויסגעשטאַרט,  דאס איז ווארשיינליך געווען, דאס וואס האט איר געמאכט אויסקוקן זייער סעקסי און רייצליך אפ' אין א איינפאכע פשוטע בלוזקע און סקוירט..

 

די טעגליכע קאמוניקאציע צווישן די צוויי – אויב האט זיך עס אויסגעפעהלט – איז געווענליך דורכגעפירט געווארן דורך גיטי, וואס איז געווען ווי דער פארמיטלער צווישן די צוויי. דאך האט אים שטענדיג זיך געדוכט, אז חני שענקט אים באדייטנדפולע בליקן, און און קוקט אים שטענדיג אן מיט א באזונדערע מיינונגספולע קוק. אבער וואס ס'האט אים פאר אן אמת, געשאפן הארץ-צאפעלנישן, און צוגעברענגט ער זאל רויט ווערן, אין פארגעלעגנהייט, איז געווען ווען איינמאל האט זי אנשטאט באצאלן גיטי'ן דעם מאנטאליכן סכום, - פאר די רייזעס – עס אים געגיבן דירעקט אין די הענט אריין, און בשעת'ן עס אריינלייגן אין זיינע הענט, האט זי זיכער געמאכט, צו פארזוימען 'דאס אנרירן זיך די הענט' פאר א עקסטערע סעקונדע לענגער, ער איז געווען זיכער אז יעדער האט דאס באמערקט, און גיך אוועקגעדרייט זיין פנים צו א אנדערע ריכטונג, פון דאן איז אריבער א חודש כמעט, און די צוויי האבן נישט אויסגעטוישט קיין ווארט

 

חזקי: וואס האט פאסירט?

חני: איך האב באקומען דיין מעסידזש, אבער איך האב אויך געשפעטיגט, איז מעגליך, איך זאל קומען מיט דיר?

חזקי: אקעי, וואס איז דיין אדרעס? ווארט אונטן, און איך קום דיך שוין אויפפיקן..

מיט האסטיגע הארץ קלאפענישן, איז חזקי געפארן, צו א רייזע וואס וועט טוישן זיין לעבן אויף שטענדיג, ווען ער זאל דעמאלטס וויסן וואס ס'וועט פאסירן, וואלט ער ווען גערן מוחל געווען אויף זיינע הארץ פלאטערנישן, און גלוסטענישן. ער וואלט מיט'ן גאנצן הארץ פארציכטעט, אויף זיינע ליבינקע-טרוימען. (lover) צו וואס ער האט אזוי געשטרעבט זינט ער האט אנגעהויבן לייענען די רומאנטישע ביכער פון דניאל סטייל און זיינס גלייכן.

 

אנקומענדיג האט ער געזעהן חני ווארטנדיג אונטן, חני האט אויסגעקוקט ווי שטענדיג זייער סעקסי, מיט א סוועדער, וואס האט געמאכט אירע גרויסע דדים ארויסשטארן אויף א דערקענבארע פארעם. א טייטע קורצע סקוירט, און הויכע שטיוול ביז די קניען. חזקי האט זיך אפגעשטעלט נעבן איר הויז, אין די צייט וואס ער שטרעקט זיך אויס צו די אינטערשטע זיץ, בכדי צו עפענען די טיהר פאר איר. צו זיין סופרייז, האט חני געעפנט די פארדערשטע טיר, און זיך אריינגעזעצט אינפארנט, מיט א נאטורליכע מינע אויפ'ן געזיכט, זאגענדיג "איך האף אז ס'איז אקעי, איך האב נישט ליב צו זיצן אינבעק" געווענליך פלעגט גיטי זיין סעקרעטערי, זיצן פארנט, ווייל ס'איז נישט געווען פלאץ פאר יעדעם פון הינטן.

 

אבער איצט ארומצופארן אין די ב"פ גאסן מיט אזא איינעם ווי 'חני' אין פארנט, "מה יאמרו הברויות"?

ווי זי זאל ווען האבן געלייענט זיינע מחשבות, האט חני א זאג געטוהן: ווער דארף וויסן אז די סיט'ס אינבעק זענען ליידיג? האסט דאך טונקעלע פענסטער, איז פאר נאטורליך און פארטיג"..! חזקי איז געווארן רויט ווי א געצייטיגטע טאמאטע. ער האט זיך אונטערגעגעבן. געסטאַרט די קאר, און אנגעצונדן די ראדיא – 880, כדי צוברעכן איביסל די שווייגעניש.

חני: "האסט נישט עפעס מער קלאסיש"?

חזקי: כ'האב געוואלט הערן צו ס'איז נישט דא עפעס טרעפיק, לויט וויזוי מיין טאג איז ביזדערווייל געגאנגען, וועלן מיר האבן א עקסידענט ערגעצוואו אויפ'ן וועג, און קענען פארן נישט מער ווי 8 מייל א שעה...

חני: "דו ווייסט וואס, דיין טאג קוקט גראדע נישט אויס צוזיין אזוי שלעכט. זעהסט? איך בין דא, דו ביסט דא." און נאכמער , לייגט זי צי, "אביסל צופרי-טרעפיק דוקא, וואלט נישט געשאדט יעצט... האט זי אויסגעפירט מיט וואונק וואס האט געמיינט עפעס טיפערס. אהן פרעגן האט חני אויסגעשטרעקט אירע הענט צו די ראדיא, און אנגעהויבן שפיהלן דערמיט, עס אריבערפירנדיג צו 97.8 . 'סאלין דיאון'ס שטימע האט אפגעהילכט אינעם אויטא מיט איר פיהלן שטארקייט, און נעימות. זינגענדיג איר הערליכן ניגון וואס שפיהלט אויף "טיטאניק" יעדע נאכט זעה איך דיך, שפיר איך דיך"

 

חזקי האט פרובירט נישט צופיהל אריינצוטראכטן אין די ווערטער פונעם ניגון, און זאגט פאר חני, "טוה אן די 'סיט-בעלט', דא ארויפציהר זענען אייביג דא פאליציי וואס שטעלן אפ דערויף.

חני: אקעי, א רגע נאָר , זי פאנגט אהן ארומצושפיהלן מיט די סיט-בעלט וואס האט זיך ערגעצווואו מכלומר'שט פארהאנקערט,

חני: קענסט מיך פליז העלפן?

חזקי: יא. געב מיר א סעקנט, ביי די נעקסטע לייט! אנקומענדיג צום קומנדיגן טרעפיק לייט, האט ער זיך געגעבן א דריי אריין אין א פארקינג-לאַט, פונקט ווען סאלין האט געהאלטן ביי די ווערטער, "נאנט און ווייט, וואו דו ביסט, גלייב איך אז דו הארץ גייט אהן" חזקי האט זיך איבערגעבויגן, פרובירנדיג אין די זעלבע צייט, נישט אנצורירן חני, וואס זיצט ווי כאילו גארנישט, בכלל נישט צוהעלפענדיג זיינע באמיהונגען צו טרעפן די זיכערהייטס-גארטל. און זי איז געזיצן גלייכגליטיג, לאזנדיג חזקי זיך אריבערבייגן איבער אירע האלבע קערפער, כדי צו טרעפן די סיט-בעלט, עס אריבערשלעפן צוריק כדי צו אריינקליקן אין דעם פארלאנגטן ארט.

 

אבער ווען חזקי האט אריבערגעשלעפט די סיטבעלט, איבער אירע שטייפע ארויסשפראצענדיגע ברוסטן, האט חזקי געטראכט צוזיך פארלוירן, "אוי מיי גאד, אזוי גרויס זענען אירע ניפל'ס? גאט זאל אפהיטן! וואההה.... אינגאנצן דערשראקן, און פארלוירן, ארבעטנדיג צו שנעל זיך צו קענען קאנטראלירן, האט חזקי געשפירט ווי זיין גאנצע קערפער טרייסלט, און נאך א שנעלע בליק אויף חני האט ער געמערקט ווי זי קוקט אויף עם, אויף זיין הויזן, און צוריק אויף עם....

חני: וואהה., שוין די צווייטע מאל, וואס איך האב דיך געמאכט בלאשן היינט, און אבי דו זאגסט, אז דיין טאג גייט דיך שלעכט היינט...

חזקי האט עפעס ארויסגעמורמלט אומקלאר, און זיך דערפרייט, צו די פייפערייען פון די קארן הינטער עם, וואס האבן אים דערמאנט אז ס'איז שוין גרין געווארן, און אים באפרייט פון דער אומאנגענעמע סיטואציע, אן וואס ער האט זיך געפינען

 

 ער הויבט אן פארן, קוקנדיג  בלויז אויפ'ן ראוד, ווען זיין סעלפאון צופייפט זיך ווידער מיט א לידל, דאסמאל זיין בעה"ב, חזקי, האט גענידערט די וואליום פון סאלין, און זיך אנטשודליגט פאר זיין פארשפעטיגן, פארשפרעכנדיג אז ער קומט ביז פינף מינוט. תוך כדי וואס חני אין די זייט, דריקט אויס א מינע פון אומצופרידנהייט.

 

חזקי, איז נאכאלץ געווען אינטער שאק, ס'איז די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער האט זיך דערנענטערט אזוי נאנט צו א פרעמדע פרוי. די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס עמיצער חוץ זיין ווייב האט געזעהט זיין שטיקל זיך אויפשטעלן. און נאך דורך איר. חזקי, האט זיך צוגעאיילט, און אנקומענדיג צו זיין ארבעטס פלאץ האט ער  אהן א ווארט, געריכטעט זיינע טריט צו זיין אפיס,  ווען חני שרייט אים נאך פון אינטן , "ס'איז געווען פאָן". חזקי האט גארנישט ראגירט, און צוגעקלאפט די טיר פון זיין אפיס.

 

ווען א האלבע שעה איז פארריבער איז חזקי שוין געווען אין פולן שוואונג פונעם ארבעט, ארדער'ס. אימעילס. טעלפאנען. סופלייען. ווען ער האט שוין שיער נישט מצליח געווען צו פארגעסן פון דעם קורצן געשיכטעלע וואס האט מיט אים פאסירט דעם צופרי, האט ער באקומען א טעקסט פון חני'ס 347 נומבער. "ריבונו של עולם" טראכט חזקי. חני שרייבט: איך האב דיך נאר געוואלט זאגן שכוח, פאר די רייד צופרי, איך האב דיך נישט געמיינט צו פארשעמען. מיט די צייט וועסטו מיך בעסער קענען, כ'זאג דיר צו, וועסט נישט חרטה האבן.... זיי געזונט. חני.

חזקי וואס האט נישט געוואוסט וויאזוי אויפצועסן דעי פרוי'ערישע אויפמערקזאמקייט וואס איז געקומען אזוי פלוצלונג אויף עם, אויף איינמאל, פון א אומגעראכטענע ארט. האט ענדישער אויסגעקליבן נישט, איר נישט צוריקצוענטפערן.



סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 03:47 לינק ישיר 

[quote]

אויב האט חזקי געטראכט יעצט, אז זיינע איבערראשונגען פאר'ן טאג זענען פארטיג, האט ער אבער פינף מינוט צו פינעף אויסגעפינען, אז ער האט ווייט געגרייזט, זייענדיג שאקירט צו באקומען נאך א טעקסט פון חני. (די פרויען פלעגן נישט צוריקפארן מיט עם. וויבאלד זיי האבן פריער געענדיגט דאס ארבעט. נאר אנשטאט פלעגן זיי נעמען דעם באן, אויף צוריק)

 

 זי שרייבט: איך האב איינגעקויפט פאר מיין קינד עפעס א קליינגיקייט  דא, אין M&H....  און איך האב נישט חשק, מיך אהיימצושלעפן דערמיט אויפ'ן באן, איך בין דא געבליבן אין די געשעפט, מיט'ן ציהל אהיימצופארן מיט א טעקסי, כ'וואלט מיך אבער געפרייט ווען דו קענסט מיר אהיימנעמען אפשר... איך בין אפ' מסכים דיך צו צאלן אזוי ווי פאר א קאר סערוויס.

 

 חזקי האט געקווענקלט א וויילע. און אין ענדע איר צוריק געטעקסט "אקעי. אבער מיט איין באדינגונג, דו זיצט פון הינטן. און דו רירסט נישט צו די ראדיאו". חני'ס אנטווארט איז געווען "כ'זאג צו איך זיץ אינבעק. און איך טאָטש נישט די ראדיו" פארענדיגנ'דיג מיט א סמיילי...

 

חני זעצט זיך אריין אין קאר, און אהן קווענקלען א מינוט, עפנט תיכף די מתנה וואס איז דארט געליגן אויף די סיט איינגעפאקט. – א הערליכע קייטל אין פארעם פון א הארץ, באפוצט מיט קליינטשיגע דיאמאנטן ארום, און אויסגעקריצט דערויף "פון 10 ביז 100 (יארן צוזאמען)

 "וואהה" לאכט חני. "וואס אמת'דיג? צען יאהר"?? איך בין קוים חתונה געהאט 3 יאהר און ס'קוקט מיר שוין אויס ווי א הונדערט יאהר!!

יא יא זאגט חזקי, אבער דוקא מיט די יארן איז עס בעסער געווארן....

 

און פונקט דאן, האט זיך זיין סעל צוקלונגען, די בלוטוט האט גלייך קאנעקטעד די פאון-קאול אויף ספיקער פאון. און גולדי'ס שטימע האט זיך געהערט אינעם גאנצן אויטא. חני האט אים געוואונקן ער זאל פארבלייבן אויף ספיקער, "זארג נישט איך וועל שטיל בלייבן". חזקי האט ווייטער פארגעזעצט כאילו לא היה.

 

גאלדי: יא! כ'האב דיר נאר געוואלט זאגן, אז כ'האב נישט געפינען קיין בעיביסיטער, און דעריבער גיי איך נישט ארויס מיט דיר, ביז דו זאגסט מיר גענוי ווי אונז גייען.

חזקי: אקעי, איך האב דיך געוואלט נעמען צו ''my most favourite dessert'' רעסטאראנט, (א מילכיגע רעסטאראנט אין מאנהעטן) לכבוד אונזער צענטע חתונה-יארטאג. אזא שאד, כ'האב געוואלט ס'זאל דיך זיין א סופרייז. אבער נעווער מיינד...

חני: אוי האסט שוין פארגעסן, אז איך פייגער נישט אויף רעסטאראנטן..?! און אויסער דעם, ווייסטאך אז אונז זענען אומריין יעצט. און מ'מעג נישט ארויסגיין אויף עניטינג ראמענטיק....(משהו רומנטי) א שמייכל האט זיך באוויזן אויף חני'ס געזיכט. זי פירקלט גלייך אויף א פאפירל צו חזקי "מאך א פשרה, " Glatt Ala Carte" (פליישיגע רעסטאראנט אין ב"פ)

גאלדי: אקעי, אז דו ווילסט דוקא עקשנ'ען... שוין...

 

פלוצלונג ווי אומערווארטעט, באמערקט חזקי אין די שפיגל ווי חני אינבעק, טוהט זיך אויס די סוועדער, און פרובירט אן אויף זיך די קייטל, דערביי עפענענ'דיג די אויבערשטע קנעפל, און אויפדעקנדיג זיך גענוג אויף אזוי פיהל, אז חזקי'ס בלוט זאל פארפרוירן ווערן שוין צום דריטן מאל היינט..און צו די זעלבע צייט שיקט זי עם א טעקסט, "כ'האלט אז ס'קומט זיך דיר בעסער'ס פון אזא פרוי" און מיט איר געזיכט גיט זי אים א וואונק, ווי צו זאגן  "וואוי וואוי, ס'שטייט גאנץ שיין אויף מיר! נישט אזוי?!"

 

ער האט גיך פארענדיגט די קאל מיט זיין פרוי. און מיט א ברוגז'דיגע שטימע זאגט ער חני'ן, "טוה עס שוין אויס און לייג עס צוריק" ער האט פארגעזעצט די רייזע אן ארויסרעדן צו איר א ווארט. ער האט איר אראפגעלייגט ביי איר הויז. און ווען חני האט ארויסגענומען צען דאלער ווילענדיג באצאלן. האט ער צוריק געשליידערט דאס געלט, ארויס פון פענסטער, און מיט א קוועטש אויפ'ן גאז פעדל, אפגעטראגן פון דארט.

 

די נאכטמאל מיט גאלדי, איז אדורך מיט א שטילקייט וואס האט געפיפן אין די אויערן, ווען חזקי האט געוואלט אנהייבן א שמועס, האט אים גאלדי אויפגענומען מיט א אנגעזויערטן פרצוף זאגענדיג "איך בין גאר ווינציג נייגעריג צו שמועסן מיט דיר" דו האסט מיך אהערגעשלעפט קעגן מיין ווילן, און בעיקר אנטקעגן מיין עהרליכע געוויסן, (השקפה).

 

חזקי האט מחליט געווען אפצולייגן דאס געבן די מתנה אויף אן אנדערן געלעגנהייט, איינזעהענדיג שנעל, אז ס'נישט פאראן קיין אויסזיכטן אז גאלדי וועט עס בכלל וועלן אננעמען, יעצט ווען זי איז א 'נדה'. גאלדי, האט אפגעהיטן די הרחקות מיט אלע הידורים, אהן קיין פשרות. זי האט כסדר געגריבלט אין די ספרים, און געלערנט די הלכות. און פון צייט צו צייט, איז זי אפ' געגאנגען הערן דרשות וואס טוען מעורר זיין, אינעם ענין פון פאמיליע-לעבן (טהרת המשפחה)

 

חזקי האט איינגענומען בושות, פון די כסדר'דיגע בליקן וואס ארומיגע אינעם רעסטאראנט האבן געשאנקען צו זיי, וואונדער'ענדיג זיך זעכער, צו דאס זענען פארהייראטע, אדער גרושים, וואס טרעפן זיך אויפ'ן ערשטן דעיט. זיי האבן זיכער באמערקט, דעם קינדער-באטל וואס ליגט אין צענטער פון טיש, טראכטענדיג ווי קוריאז, ס'איז אז א קאָפל זאל קומען צו א רעסטאראנט, אהן זייער קינד, אבער זיכער מאכן צו לייגן א מעמאריעל, עם צו געדענקן. גיי ערקלער זיי, אז גאלדי שפאַרט זיך, דוקא צו לייגן א זאך וואס האט נישט דעם מינדסטן שייכות מיט'ן טיש, אזאנס וואס זאל אפהיטן חזקי זאל ח"ו נישט אויפטאנצן און איר צוקישן – יעצט ווען זי איז אומריין. ווי כאילו אינדערהיים סתם אזוי, אין די ריינע טעג, קען ער עס יא טוהן.?!

 

 ער האט צוגעאיילט די זאך. אהיימגעטראגן גאלדי, און זיך אומגעקערט אין אפיס, צום ווירבלענדיגע אינטערנעט, אזוי ווי ער פלעג טוהן פיהלע נעכט. גאלדי'ן האט ער איינגערעדט אז ער גייט דאווענען מעריב, לערנען עפעס. זי האט נישט געפארשט, מיט וועם ער לערנט ביז 12 אויפדערנאכט. אין אפיס האט ער אדורכגעקיקט אלע אימעיל'ס וואס דורכן טאג, האט נישט געקענט בודק זיין, צוליב'ן מורא, פאר א שלעכט אויג.

 

מיט די צייט האט ער געפינען 'פורומ'ס, און בלאג'ס אויף וואו ער האט זיך אויפגעסיינט, צומאל האט ער אפ' געטשעט, אויף טשעט-תפוז, חדר חרדים, מיט'ן פיקטיווער נאמען "א פארהייראטער, וואס גייט אים שלעכט" אבער האט פונדעסטוועגן קיינמאל געטראפן עמיצן געפעליג. איינע וואס זאל אים פארשטיין, און זאל זיין א שטאפל העכער, פון דעי אלע, לאנגווייליגע פרויען, (אדער פארשטעלטע מענער) וואס גלייכן, צו טרייבן שפייס און קאטאוועס, פון די אומגליקליכע מענער וואס רייסן זיך אויף זיי ווי פיש-סוחרים אויפ'ן אמסטערדאמער מארק.

העלאוי מיין טייערע חזקי

 

בעפאר אלעס, זיי נישט ברוגז אויף מיר. כ'האב געבעטן דיין אימעיל אדרעס, פון גיטי, כ'האב איר געזאגט אז איך דארף עס האבן, ווייל איך דארף דיך שיקן א בילד, צוליב א טיקעט וואס דו האסט באקומען.

 

איידער איך גיי ווייטער וויל איך דיר קודם איבערבעטן, כ'ווייס אז מיין היינטיגע אויפפירונג איז נישט אין פלאץ געווען. און גלייב מיר אז די בליק אויף דיין פנים, האט מיר נאכמער וויי געטוהן פון אלץ.

 

דו טראכסט זיכער ביי דיר, "עה, דא רעדט זיך זיכער פון א הפקר'דיג אויסגעלאסן מיידל, וואס אדווערטייזט זיך פאר ווער ס'איז נאר אינטרעסירט. שטופט יעדע זאך וואס רוקט זיך. א.א.וו.

וויל איך דיך מודיע זיין. ס'איז אבסאלוט נישט אזוי. קוק: איך בין נישט שולדיג אז דער באשעפער האט מיך באשאפן, מיט אויפפאלענדע איברים, (ריזיגע אויגן. לענגלעכיגע אויגן-לעפלען. און דיקע ליפן. כ'וועל איבערהיפן די איבריגע. ווייל ס'איז במילא נישט אקטועל)

 

איך פון מיין זייט פרוביר מיט אלע מיטלען, עס נישט אויסצונוצן, און צו זיין איינגעהאלטן. נישט מאכן קיין וועזן פון מיר. וואס זאל איך אבער טוהן. אז כ'האב עפעס אזא פייער'ל אין די אויגן. א פלוירטי בליק. און מענטשן נעמען אן – דאס אז איך קוק נישט אויף דר'ערד בשעת ווען זיי מעסטן אפ מיינע גרויסע ב... – וואו א אנרייצנדע-איינלאדענונג פון מיין זייט?!

 

איך געטרוי דיך. סאוי וועל איך דיך נאך זאגן מער פון דעם, אז מיין באָס אפ' האט שוין עטליכע מאהל געטרייט אנצופאנגען מיט מיר. צו איז עס געווען מיט קאמפלימענט'ס אויף מיינע קליידער, אדער סתם אזוי דורכן זיך דערנענטערן צומיר, כלומר'שט תמימות'דיגערהייט אן עפעס עקסטער'ס.

 

און טראץ וואס ער איז פערצופאל א מאן וואס מיידלעך קענען גיין פאר אים. און מיין טשעק ווענדעט זיך אויך אין זיין קנייטש מיט די נאָז. האב איך מיך אלץ ארויסגעדרייט פון עם. און זך געמאכט נישט כאפנדיג וואס ער וויל. 'אוי.. איך גלייב נישט אז כ'האב דיך עס געזאגט. כ'האלט מיר איין, עס נישט אויסצומעקן, כ'האף אז כ'קען דיך טראסטן אז וועסט מיר נישט פארפלאנטערן....

 

חזקי! דאס וואס  כ'האב היינט געטוהן. איז געווען וויבאלד. כ'שפיר ווי כ'ווער צוגאנגען, ווען ס'קומט צודיר. כ'זעה די וועג וויזוי דו באהאנדלס'ט אונז. און דערנאך די אופן וויזוי דו טריט'סט גאלדי. ווען כ'זעה מיט וואסאפארא טאָן זי רעדט צו דיר. און ווי זי שיסט דר צוריק אין פנים, דיין ליבשאפט צו איר. פיהלעך ממש ווי איך ווער צופלאצט.

 

כ'האב חלילה נישט געמיינט, דיך אנצורייצן, ווען כ'האב אויסגעטוהן די סוועדער. כ'האב פלעין געוואלט זעהן וויזוי ס'קוקט אויס אויף מיר. און דיך קאמפלימענטירן. ריכטיג, כ'האב טאקע געגרייזט מיט'ן עפענען מיין קנעפל, נישט אין פלאץ, און כ'בעהט דיך טאקע מחילה אויפדעם.

 

אבער חזקי! פארשטיי אז ס'קומט פון קנאה. הלוואי ווען מיין מאן זאל זיך אויפפירן צומיר מיט א טייני פינטל פון די ליבשאפט וואס דו שפאָרסט נישט צו דיין פארטענר.!!!

 

די מעשה מיט מיין מאן, איז אויך נישט אזוי פשוט. אויב ריפלייסטו נאך ביז איינס'ע קען איך דיר נאכמער פארציילן.  

מיין מאן איז אין קאנאדע, צוליב ביזנעס צוועקן. פליז ענטפער מיר. אפ' כאטש, איין ווארט, "כ'בין מוחל"

 

חני, וואס סטאפט נישט טראכטן פון דיר...

-----------------------------------------------------

 

חני! כ'בין דיר מוחל!!

 

שכוח אויף דיינע שבחים. נאך א שטיק צייט,אויב א מענטש הערט נישט אויף צובאקומען אויפ'ן קאָפ, פון עמיצער וואס איז אים אזוי נאנט. פאנגט ער צוטראכטן אז פילייכט איז טאקע עפעס, נישט אקעי מיט עם. אלזא, דעריבער האב איך זייער געגליכן צוהערן אז ס'נישט אזוי

 

איך בין סופרייזד געווארן צוהערן, וואס דו פיהלסט אנבאלאנגט דיין בליק, און אויסקוק. און כ'פריי מיך עכט צוהערן אז ביסט נישט סתם א ביליגע הפקר פעטרישקע וואס לאזט זיך פארקויפן פאר ווער ס'טוט אנבאטן די העכסטע פרייז.

 

אויך טוט מיך באמת באנג צוהערן דאס וועגן דיין בעה"ב. און וואס אן אמת, קוקט ער דירעקט נישט אויס ווי אזא איינער. ער מאכט א רושם פון א אינטעליגענטע פערזאן, וואס קען קיין פליג אויף די וואנט נישט טשעפענען. אבער כ'פארשטיי נישט איין זאך. אויב האט ער דיך ווירקליך געטשעפעט, דאן פ"וו ארבעטסטו בכלל נאך דארט??

 

ווייטער טוט מיך זייער לייד צוהערן אז די רילעישן-שיפ מיט דיין מאן איז אויך נישט אזוי איי איי איי. אויב דו ווילסט חני, ביניך דא, דיך אויסצוהערן.

 

חזקי.


תוקן על ידי yossigreen ב- 11/01/2012 03:54:47

[/quote] 



תוקן על ידי yossigreen ב- 11/01/2012 04:05:03



תוקן על ידי yossigreen ב- 11/01/2012 04:08:08



סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 04:03 לינק ישיר 

J

תוקן על ידי yossigreen ב- 11/01/2012 04:04:19



סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 11:53 לינק ישיר 




תוקן על ידי yossigreen ב- 11/01/2012 11:55:08



סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 11:54 לינק ישיר 




סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 19:20 לינק ישיר 

------------------------------

ליבע חזקי!

 

דו ווייסט נישט וואספארא בארוהיגונג דו האסט מיך געשאפן. איך ליג אין בעט מיט מיין לעפטאפ, ריפרעשנ'דיג נאכאנאנד די וועב-בראוזער. צו זעהן אויב האסט עפעס צוריקגעשריבן.

 

מיך טוהט אויך וויי צו הערן אז אפ' דו אליין האסט שוין אנגעהויבן טראכטן אז עפעס איז ראָנג מיט דיר. אבער כ'פארשטיי גענוי דיין פיהלינג. כ'קען דעי הרגשה. און אין פאקט, האב איך עס שוין אויך אסאך מאל געשפירט.

 

דו פרעגסט פארוואס איך ארבעט נאך פאר מיין באָס, כ'זעה אז ס'גייט דיך עכט אן מיין טובה. און איך פאראינטרעסיר דיך. אלזא איך רעספעקט עס גאר שטארק. און כ'פארלאז מיך אויף דיר מיט'ן גאנצן הארץ. סאוי לאמיך דיך פארציילן, וואס ס'איז באמת געשעהן. איך האף אז איך טוה א ריכטיגע זאך. און וואס אן אמת, פיהל איך, אז אויב וועל זיך נישט אויסרעדן צו עמיצן, וועט עס מיטאמאהל ערגעצוואו אויספלאצן אויף א ערגערן אופן.

 

אנהויב, איז בעה"ב געווען זייער שיין און ארנטליך צומיר. און מענשטליך, אזוי ווי האסט עם אראפגעלייגט. צוביסלעך אבער, האט ער אנגעפאנגען מיר געבן קאמפלימענט'ס אויף א נייע סקוירט. אדער שייטל. און ווען ער האט געזעהן אז גארנישט פאסירט, האט ער מיר גענומען אנרירן דא און דארט ווי כאילו 'ביי-מיסטעיק'. צבש ווען כ'האב געארבעט אויף מיין קאמפ' פלעג ער לייגן זיין הענט אויף מיינע, מכלומר'שט מיר אינסטרוקטירן, וויאזוי צו מאכן עפעס. כ'האב געפיהלט אומבאקוועם, סאוי כ'האב נישט מיטגעארבעט מיט עם. (ווי כאילו 'קאפערירט') אבער, צו מיין באדויער, עם אויך נישט אוועקגעשטופט. ד.ה כ'האב נישט רעאגירט מיט א אקט, וואס מ'זאל נישט קענען אויסטייטשן 'אומצוויידייטיג'. צוליב פחד אויף מיין סאָלערי.

 

אלענפאלס. איין שיינעם טאג. בינעך געבליבן ביז שפעט, צופארענדיגן א רעפאָרט, וואס ער האט מיר באפוילן צו מאכן אין די לעצטע מינוט. אלע איבריגע פרויען האבן שוין געהאט פארלאזט די ארבעט. אויף מיין בקשה, ער זאל מיך עס לאזן צוענדיגן פונדערהיים, איז זיין רעאקציע געווען: נאַ.. ענדיג עס דא! און איך וועל דיך אהיימטראגן. איך פאר סייווי דיין וועג. ס'איז מיר אינגאנצן נישט געפאָלן. אבער ער האט מיר נישט איבערגעלאזט צופיהל ברירות. אויך האבעך נישט אזוי מורא געהאט, וויבאלד אין די פארגאנגענהייט בינעך שוין פארבליבן אמאל עטליכע מינוט נאכ'ן ארבעט, מיט עם, און גארנישט האט פאסירט. אלזא זאגעך עם.. "נו נו...ס'נישט מענטשליך. אבער ס'וועט אריבערגיין"

 

נאך אייניגע מינוט, שטעלט ער זיך אויף, פארלעשט די לעקטער'ס, איבערלאזנדיג בלויז די טיש-לאמפ ברענען. כ'פרעג עם: "העי וואס איז געשעהן?"

אויף א סעקנט, ביניך זיכער געווען אז ער וויל מיך סתם דערשרעקן, סאוי ביניך צוגעגאנגען צוריק אנצוצונדן די לעקטער'ס. אין דעי מאמענט. איז ער צוגעשפרינגען צומיר מיט א אומגעווענליכע געשיקט'קייט, מיך צושטופענדיג צום וואנט. כ'זאג עם: "העי סטאַפ! וואס טוסטו??" אבער ער איז שוין געווען אין טיפן שוואונג. זיין תאווה האט אים געברענט ווי א פאָקל. " וואס הייסט וואס? דו ווייסט גאנץ גוט וואס כ'וויל. און דו דארפסט עס פונקט אזוי...!

 

ער האט צוגעדריקט זיין מויל אויף מיין מויל, אריינצווינגענדיג זיין צונג אין מיין מויל. בשעת איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך צו ראנגלען מיט עם. און ער געט נישט נאך. איך טריי מיט מיין גאנצע קראפט, צו שרייען, און זיך באפרייען פון עם. און ער זעצט פאר ווי גארנישט, צו עפענען די קנעפלעך פון מיין בלוזקע, מיט א מין ציווילדעוועטע פלינקייט, וואס כ'האב קיינמאל נישט געחלומ'ט אז ער פארמאגט... און דערביי פארשטאפענדיג מיין מויל, מיט זיין צונג וואס גראבט אריין אינדעם. און אינאיינעם פרובירנדיג צו עפענען מיין 'בראַ'. כ'האב פארשטאנען אז ער טייטשט אויס מיין 'זיך ווארפן' , ווי כאילו איך ווער אנגעצונדן.. סאוי האביך מיטאמאל. זיך פלינק געגעבן א דריי ארויס פונ'עם. זייענדיג שוין אהן א בלאוז. מיט א האלבע 'בּובּ' אינדרויסן...

 "סטאפ א סעקנט" האב איך אויסגעשריגן מיט א זיכערע אומצווייפלדיגע שטימע!!

 

חזקי! וואלסט געדארפט זעהן וויאזוי ער האט אויסגעקוקט אין יענע מאמענטן. א מין ווילדע פייער'ל איז געשפרינגען אין זיינע אויגן. ער האט אויסגעקוקט ווי א פארצוקנדע חיה. ער האט מיך ארויפגעשטופט אויפ'ן טיש. כ'האב עם געזאגט: "סטאַפ שוין! אויב נישט וועל איך מאכן קולות" האט ער מיט איין הענט פארשטאפט מיין מויל, און מיט די צווייטע הענט האט ער געגעבן א רייס אויף מיין 'בראַ' און גענומען קוועטשן איין 'בוב' פארשאפנדיג מיך שרעקליכע שמערצן. כ'האב מיך אויפגעהערט אמפערן מיט אים א סעקונדע, און עם געגעבן א גוטן בייס אין די הענט. דאס שטערקסטע וואס נאר מעגליך..

 

ער האט געשריגן פון ווייטאג. זאגיך עם: "אקעי איך זאג דיר צו, אז איך סטאַפ זיך קעגנצושטעלן, בתנאי אז דו זאגסט מיך צו, מיך נישט מער ווייצוטוהן. ער האט איינגעשטימט. און אנגעפאנגען מיך אויסצוטוהן מיין סקוירט. "ניין" זאג איך עם. "דאס בלייבט אנגעטוהן! דו רירסט נישט אהן מיין אונטערשטע חלק קערפער!!

 

ער האט געקריצט מיט די ציין. און אריינגעשטעקט זיין הענט אינעווענדיג. אבער געלאזט די סקוירט אנגעטוהן. ער האט מיך באטאַפט איבעראל. און ארויסגענומען זיין עקלדיג'ן וואורשטל.. מיין געבעהט צום באשעפער איז עווענטועל אנגענומען געווארן. ווייל אין פינף סעקונדעס. איז ער געקומען אויף מיין סקוירט, אויפ'ן טיש. און אויף זיין הויזן!!

פעכסססססססססס.....

 

חזקי! וויפיהל טרערן איך פארגיס יעצט דערמאנענדיג זיך יענע שרעקליכע איבערלעבעניש. מיינע פינגער ציטערן מיר. און כ'דארף איבערטייפן יעדע ווארט אפאר מאהל ביז ס'קומט נארמאל ארויס.

 

ער האט זיך אוועקגעזעצט, און געטרייט זיך אפצורייניגן. איך האב געכאפט מיין שוירט, אריינגעלאפן אין די פרויען-טוילעט, זיך שנעל אנגעטוהן אהן אפ' צומאכן די קנעפלעך געהעריג. כ'האב אפגעווישט זיין פארשטינקענע זרע פונמיר. און ארויסגעפלויגן אין גאס, וויינענדיג ביטערליך אויפ'ן קול. לויפנדיג ווי א צורידערטע. כ'האב געבלאנדזשעט 15 מינוט אין די גאסן, אהן א באשטימטע ציהל. צום סוף האב איך גענומען א טעקסי אהיים. ווי שטענדיג – איז מיין מאן נישט געווען אינדערהיים. די בעיבי איז געשלאפן, ביי מיין שוויגער, אזוי ווי יעדע מאנטיג נאכט.

 

 כ'האב גענומען א וואנע. און זיך געזייפט, און געקראצט, פאר שעות לאנג, נישט אויפהערנדיג צו וויינען, נישט קענענדיג גלייבן דאס וואס איז נארוואס אריבער אויף מיר. נאך דריי שטונדן בין איך ארויס פון שאווער. אבער נאך פינף מינוט תיכף ווידער צוריק. כ'האב גענומען א באַר-זייף, און געריבן מיין גאנצע גוף, און בעיקר אויף די ערטער וואו ער האט אנגערירט, ממש ביז בלוט.

 

זיין שמוץ האב איך צום סוף אראפגענומען. אבער די טראומע וועל איך קיינמאל נישט קענען פארגעסן.

 

פאר מיין צעשושטע מאן, - וואס נאך אינמיטן אונזער שבע ברכות האט ער מיר שוין געזאגט, אז א חבר האט עם געזאגט, "דיין ווייב מיט איר פריקן הערליכע פעיס וועט נאך צוברענגען איינער זאל איר רעיפן" – האב איך קיין פיפס נישט פארציילט... כ'האב אים בלויז געזאגט, אז כ'פיהל נישט גוט. און ווי רוב מענער האט עם די סיבה דערצו, 'נישט ספעציעל' אינטרעסירט. 'די פרויען באקלאגן זיך דאך אייביג, סאוי האָ גיוו'ס עי דעממ, (וועם גייט עס אן) וואס גענוי, די ארוזאך דערצו, איז היינט?!

 

איך בין נישט געגאנגען ארבעטן כמעט פאר צוויי וואכן. כ'בין געזיצן און  געוויינט. נישט געגעסן, געשלאפן, און נישט אויפגעהערט זיך צו שאווער'ן. ביז מיין באָס האט געקאָלט, און געזאגט, אז ער ווייסט נישט וואס ס'איז געשעהן דעמאלטס מיט עם. ער האט זיך אנטשולדיגט, און געזאגט. אז אזאנס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט. און ער איז זיכער געווען אז איך וויל. עם האט זיך געדאכט, אז כ'האב עם געגעבן אייביג די סימנים אז כ'וויל. ער האט זיך געבעהטן ברחמים, כ'זאל צוריקומען, און געשוואוירן ביי אלעם הייליגן אז ער וועט מיר מער נישט צורירן אפ' מיט די פינקי פינגער. און מיך אויך באפוילן צו שווערן, כ'וועל קיינעם נישט אויסזאגן. כ'האב פארשטייט זיך נישט געשוואוירן. און בנוגע די ארבעט, האט איך געזאגט, כ'וועל טראכטן דערוועגן!

 

נאך א טאג, האט ער ווידער געקאלט, און  געפרעגט: "זאגמיר וואס דו ווילסט כ'זאל דיר געבן פאר 'קאנפעסעישן', אויף די עגמת נפש וואס כ'האב דיך פארשאפט?" זאג איך עם: "באצאל מיך פונהיינט, דאפלט פון ביז יעצט, און אויב וועסטו מיך נאך איין מאהל טאָטש'ן אפ' מיט'ן שפיץ פינגער, פארשפרעך איך דיר, אז וועסט חרטה האבן אויף די טאג וואס אונז האבן זיך געטראפן" צו מיין וואונדער איז ער איינגעגאנגען דערויף, און צומארגנס האב איך, אהן צוויי ברירות, זיך אומגעקערט צו די ארבעט

 

דארפסט פארשטיין. נאך מיין חתונה, ווען ס'האבן זיך אנגעהויבן די קריגערייען מיט מיין מאן, אויף זאכן וואס כ'האב געוואלט, און ער האט געטענ'עט אז ער קען זיך עס נישט ערלויבן. ווי צבש. קליידער. קאזמעטיק'ס. א.ד.ג. - אינדערצייט וואס פאר זיינע שמאנצעס, האט ער אייביג געהאט געלט – האבן אונז באשלאסן, אז איך פאנג אן ארבעטן. און דאס געלט גייט פאר מיר. היינט צוטאגס, צוויי אהאלב יאהר זינט אונזער פּאַקט איז אין קראפט, קען איך נישט טראכטן אפ', וויאזוי איך וואלט מיך אן עצה געגעבן אנדעם.

 

אט האב איך דיר אלעס אויפגעדעקט אין אפענע קארטן, כ'האף אז כ'וועל נישט חרטה האבן דערויף.

 

פון חני. וואס שעצט דיר מיט'ן גאנצן הארץ....



סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2012 19:25 לינק ישיר 

שוין . ס'קוקט נישט אויס אז עמיצער איז נייגעריג אין דעם. כ'האב מורא אז מ'וועט מוזן קוויטן דערמיט, און זיך דא אפשטעלן.


סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/1/2012 00:53 לינק ישיר 

זיכער זיי ממשיך!


מחובר
נשלח ב-13/1/2012 04:07 לינק ישיר 

יישר כח. כ'זעה אז כאטש איינער, עכ"פ בפרהסיה איז נייגעריג דערין. דאס געהט אבסאלוט הויפענעס חיזוק. און א שטופ אויף ווייטער. א דאנק. ווארשיינליך אבער, ביסטו דערווייל דער איינציגסטער וואס זאל זיך קימערן 'בגלוי' ארויסצווייזן דעם מינדסטן נייגער אין דעם חושיבן, פראיעקט. א פראיעקט וואס וועט אביסל שטעלן די מוחות אויפ'ן פלאץ, און ארויסברענגען וואס אמת'דיגע ליבע איז. און וויאזוי זיך אכטונג צו געבן מיט וועמען מ'פאלט אריין. !
נישט אלעס וואס גלאנצט פונדרויסן, איז אזוי זויבער פון אינעווענדיג.. אל תסתכל 'רק' בקנקן. אלא גם במה שיש בו. 


סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/1/2012 00:17 לינק ישיר 

טייערע חני!

 

כ'האב געלייענט דיין אימעיל, מיט נייגער און אינטערעסע. און צו זיין אפן מיט דיר, וועל איך דיר זאגן דעם אמת, אז אינעווענדיג ביי מיר, האט מיין מח, מיר געווארנט "לייען עס נישט" ס'וועט נישט ארויסקומען קיין גוט'ס פון לייענען אזעלכע פריוואטע אינטימישע ענינים פון עמיצן, און נאכדערצו פון עמיצן וועם דו קענסט אזוי נאנט, (און ביי דיך טיף, האסטו איר ליב, און די בעסטע באווייז דערצו איז, אז דו ענטפערסט איר נאך) פאלג מיך און פארמאך שוין דעם אימעיל. אוי.... אבער מיין הארץ. מיין הארץ.... וואס איז אזוי נאנט צודיר, האט מיך בלינדערהייט דיקטירט, און געזאגט: "יא! זיי ממשיך, לייען עס. אפשר וועסטו איר אזוי ארום קענען ארויסהעלפן... און אזוי זיך פאָפענדיג, מיט די "גוט הארץ" איינרעדעניש, האב איך פארענדיגט דורכצולייענען דעם גאנצן בריוו.

 

און גלויב מיר. נישט בלויז דורכגעלייענט. נאר דורכגעאקערט, 'שנים מקרא ואחד תרגום' פונקט ווי מ'איז מעביר סדרה די פרשה, און איך 'שוואכיטשקער' בינמיך מודה, אז יא! כ'האב געוויינט ווי א קינד! און ווען נישט כ'זאל מורא האבן, נישט אדורכצוברעכן א פרישע רויטע ליניע, וואלט איך דיך אנגערופן, זאלסט הערן וויאזוי איך ברעטשע! ס'טוט מיר אזוי וויי צוהערן ווי ווייט א מענטש קען זיך דערדראַפען, ממש ווי א חיה, און זיך נישט קענען קאנטראלירן דאס מינימאלסטע נאר מעגליך...

 

און חני! כ'קען נישט פארשטיין, פ"וו דו באציהעסט זיך מיט אזא גלייכגליטיגקייט צו אזא ווייטאגליכע טעמע – פון בלייבן ארבעטן פאר אזא אכזר, וואס האט דיך אזוי טיף ווייגעטאהן, איבערלאזנדיג אויף דיר א טראומע, וואס וועט פארבלייבן א גאנצע לעבן?! ווילסט מיר זאגן אז וועגן אביסל געלט פאר קאזמעטיק'ס, אדער א דאפלטע וועידזש, ביסטו מסכים צו פארבלייבן לעבן מיט אזא מין חיה?!

 

צו ווייסטו דען נישט, אז איינמאל גערעיפט, בלייבט שטענדיג שוין גערעיפט?! און ווען זיין תאווה וועט ווידעראמאל זיך צופלאקערן אין עם, מיינסטו אז ער וועט זיך קענען באהערשן?! פארקערט! דאן וועט אים זיין פיהל גרינגער. ווייל ער ווייסט שוין דיין רעאקציע. און ער וועט זיין גרייט אויפדעם?!

 

איך פערזענליך האב געבונדענע הענט. און כ'גיי גארנישט טוהן וואס וועט פארראטן דיין צוטרוי צו מיר. פונדעסטוועגן זאג איך דיר צו. אז כ'וועל נישט שווייגן און רוהען, ביז כ'וועל דיר ארויסדערזעהן פון אונטער זיינע שווארצע נעגל

 

אינאמת'ן אריין, וואלט איך דיך געקענט פארשלאגן צו קומען ארבעטן פאר מיר. האסט ווארשיינליך שוין באמערקט אז אונזער יעצטיגע אקאונט-מענידזשער האלט אין די פיפטע חודש

און היות, ס'איז שוין איר דריטע קינד, האט זי לויט ווי ס'קוקט אויס, נישט אין פלאן צוריקצוקומען. כ'האב פארשטאנען פון ענקערע שמועסן ביי מיר אין אויטא, אז דו טוסט אויך אין אקאונט'ס ביי אייער אפיס.

 יעצט אזוי: איך בין נישט קיין חיה ווי יענער! אבער טראצדעם קען איך נישט ארבעטן ממש צוזאמען מיט דיר, אפ' נאך דיין איידעלע אנטשולדיגונג, ווייל נאכאלץ איז דא א געוויסע היץ צווישן אונז. און ווען ס'הערשט א היץ, קען יעדע פונק צוברענגען צו א העלישע פייער...

 

פיין! דו האסט געעפנט דיינע קארטן, איך וועל עפענען מיינע. און כדי דיך נישט צו ווייצוטוהן, וועל איך דיך עקלערן גענוי, פ"וו פונקטליך, 'אונז זענען אזא געפאַר איינער דעם צווייטן. טראץ וואס כ'ווייס קלאר, אז כ'וועל מארגן צופרי טויט חרטה האבן אויפדעם מיליאן מאל!!

 

ווען איך בין א חתן געווארן בשטומ"צ האט מיין מדריך מיר געגעבן דעי 'טרויעריג באקאנטע' חתן לעסנס, און מסביר געווען אז כדי אז די פראצעדור זאל צוגיין ס'מערסטע דעליקאט וואס נאר מעגליך, ברויך מען עס באהאנדלען מיט זיידענע הענטשוך, און אנהויבן די גאנצע זאך, אויפ'ן הייקלסט'ן אופן וואס נאר שייך.

לויטענדיג ווי פאלגנד: זעץ דיך אראפ מיט איר די נאכט נאך די חתונה, און נאכוואס וועסט איר העלפן, זיך אויסטוהן דעם קליידל, און דורכגיין, און אויסשמועסן אלע גענויע דעטאלן, און פונקטליכע הלכות פונעם עסק, זאלסטו איר צופירן צום בעט. און פון דארט און ווייטער, גייט שוין אלעס פיהל געשמירטער, ווי געמיינט.

 

נאך ביים קליידל האט זי שוין אנגעהויבן פאָנפענען, און געוויזן אומפארשטענדליכע  צוריקגעצויגנקייט, ווען נאך אהיימגייענדיג האט זי געבעהטן הילף פון איר מוטער, - וואס האט אונז באגלייט - איר צו גיבן א האנט מיט די קנעפלעך. אפזאגענדיג דערמיט מיין פליכט אין דעם ערשטן  טייל פון די נארוואס קוים-אנגעהויבענע אומאנגענעמע נאכט.

 

אנקומנדיג אהיים. ביניך געבליבן זיצן אין סאלאן, אינדערצייט וואס זענען זיי אריין אין שלאף צימער, פון וואו ס'האט זיך ארויסגעהערט שטילע שעפשערייען. ווי עס שיינט, האט מיין שוויגער געפרובט ווירקן אויף איר, זי זאל זיך פירן ווי עס פאסט פאר א איידעלע אידישע טאכטער. עווענטועל האט מיין שוויגער פארלאזט איר צימער נאך עטליכע מינוט, מורמלענדיג שטיל צומיר "דער באשעפער זאל דיר שטיין צוהילף" אוי!... וויפיהל זי האט געוואוסט וואס איך האב נישט געוואוסט!!

 

ווען מיר זענען פארבליבן אליינס אין הויז. איז זי ארויסגעקומען פון צימער. מיט א האנטוך-ראק אנגעקליידעט, אויף אירע נאכט קליידער. אבער ס'געווען פון אזא גרויסן מאס. אז ס'האט איר געקענט ארומנעמען כאטשיג נאך פיהר מאל. נישט אנטפלעקנדיג חלילה קיין שטאָך פון איר קערפער. זי איז אריין אין טוש, נישט ארויסרעדנדיג א ווארט. ווען זי האט געפארטיגט, ביניך אריין. כ'האב מיך גיך אפגעטושט, פיהל מיט האפענונגען, אז טראץ די אלע אנטריסטונגען, ווערט פאָרט די היינטיגע נאכט, סוף סוף, זיך נאכאלץ אפצאלן.

 

ארויסגעקומען פון וואנע, בין איך בלויז מיט דעם האנטוך-ראק אנגעטאהן, אבער אויך טראגענדיג, דעם סעקסי קליינע אינטערהויזעלע, וואס כ'האב ספעציעל איינגעקויפט לכבוד די דאזיגע נאכט.

אין שלאף צימער, איז גאלדי געלעגן אין איר בעט, אריינגעקורטשעט אינטער די דעקע, ביז'ן פנים ארויף. די צימער שטאק טונקל. און די שויבן-לאדנס הערמעטיש פארזיגלט. כ'האב געפרובט, אויסצוקלארן די אנגעצויגענע לופט אין צימער, דורכן זיך וויצלען, איר פרעגנדיג: "פונוואס פארכסטו זיך אזוי, אז דו פאק'סטיך אזוי איין אינטערן דאכענע? פון דזשוקן, אדער וואס?... און כ'האב געמאכט א פארזוך, אראפצונעמען די דעקע פון איר געזיכט. זי האט מיר אנגעקוקט שאקירט.

חזקי: גאלדי! איך ווייס אז ס'איז דיר נישט אנגענעם צורעדן דערוועגן, אבער מיין מדריך האט געזאגט, 'אונז זאלמער ארבעטן דערויף צוזאמען'. ס'איז א בשותפות'דיגע צוזאמענארבייט! וואו מיר זענען ביידע אויפ'ן זעלבן בלאט! און נאר אזוי וועלן מיר מצליח זיין.

גאלדי האט זיך אויפגעזעצט, גענידערט די דאכענע פון איבער די קאפ. און א בייזע א זאג געטוהן: הער אויס! אונז זעמער דא נישט אויף קיין שום בלעטער... כ'ווייס גענוי וואס ס'דארף פארקומען דא היינט נאכט! און כ'קען די הלכות מסתמא נאך בעסער ווי דיר!

כ'בין געבליבן ממש געפלעפט.שווייגענדיג, און האלב פארלוירן, האב איך מיר פרובירט דערנענטערן צו איר. און זיך זעצן נעבן איר אויף איר בעט, זייט ביי זייט. און דאן האט עס פאסירט.

 

זי האט אויסגעשאסן מיט א מאנאלאגישע שטעכיגע רעדע, וואס ווען כ'דערמאן מיך דערפון פיהל איך א קעלט אין אלע ביינער. און ס'וועט מיר קיינמאל נישט ארויסגיין פון קאפ.

"כ'האב געזעהן די וועג ווי דו האסטיך אויסגעטוהן שוין די ערשטע נאכט פון די חתונה, אהן דעם מינדסטן טראפ בושה וואס פאסט זיך פאר א אידיש קינד. כ'געדענק נאך גוט ווען דו האסט מיך אנגערופן טעלעפאניש, און פרובירט עובר צו זיין אויפ'ן הארבן איסור פון רעדן מיט א פרעמדע פרוי... און כ'זאג דיר שוין. פון מיין זייט, וואלט איר גערן מוחל געווען אלעס וואס דארף היינט נאכט פאסירן. אבער היות, ס'איז א מצווה, האביך נישט קיין אנדער ברירה. אבער דעריבער וויל איך ס'זאל דיר זיין זייער קלאר. דאס איז נישט קיין שפיהל! אונז  שפיהלן נישט דא! און אונז ווייזן נישט קיין ליבע אויך נישט! מיר גייען זיך באהעפטן אויפן הייליגסטן אופן וואס נאר שייך. אויב ביסטו נישט איינשטימיג דערמיט, קענסטו נאך חרטה האבן!!

 

פון גרויס שרעק און צומישעניש האב איך מיטאמאל פשוט אנגעהויבן 'ברעכן'.... נאך אלעם האב איך געהאלטן א טאג נאכ'ן פליעהן, אין צוגאב צו אגאנצן טאג פאסטן. די טענץ מיט די וויין האבן אויך נישט קיין סאך פארבעסערט די לאגע, און היפש צוגעגעבן צו מיינע בויך דרייענישן, אבער אירע שטורמערישע פרעכע רייד, האבן מיך ווי אפגעגאסן מיט א הייס טעפל וואסער, און געגעבן דעם גורל'דיגן קלאפ אין קאפ. כ'האב געפיהלט ווי טויזנט האמער'ס זאלן ווען האמערן אויף מיר. מיין מאגן האט מיר גענומען איבלען געפערליך. און נישט קענענדיג עס אדורכטראגן האב איך אויסגעבראכן. כ'וואלט אין מיין לעבן נישט געחלומ'ט אז אזעלכע ווערטער קענען אפ' געזאגט ווערן...

 

זי איז אינגאנצן דערשראקן געווארן, און גענומען שרייען "וואס איז געשעהן??? וואאאאס.. האט פאסירט מיט דיר??

איך בין אריינגעלאפן אין טוילעט, און מיין נשמה זיך אויסגעבראכן דארט. שוין די צווייטע מאל היינט האב איך ווידער גענומען א געיאגטע שאווער, זיך ווארפנדיג פאר געוויין, אויפן קול - ווי א קליין קינד - זיך נישט רעכענענדיג בכלל צו די שכנים הערן אדער נישט. פילייכט האט גאלדי זיך שלעכט געשפירט אביסל, וויבאלד זי איז געקומען קלאפן אין טיר, און געזאגט " חזקי! קום ארויס האב איך דיך אנגעגרייט א גלעזל הייסע טיי!

 

זי האט נישטאמאל זיך אנטשולדיגט! נישטאמאל איבערגעבעטן! בלויז געפרעגט צו איך בין אלרייט, און צו איך נויטיג מיך אין א טיילענאל.. נאָך אונטערן צושאקלטן איינפלוס פון דאס וואס איז אקארשט פארגעקומען, האב איך מיר אנידערגעזעצט אויף א בענקל אין קיך. און איר געזאגט. "גאלדי! אפשר זאלן מיר עס דאך אפשטופן, אונז האבן געהאט א שווערע נאכט. ס'איז שוין גענוג שפעט,  איך בין נישט בסדר, כ'שפיר נישט אמבעסטן. און איך זעה אז דו ביסט איך נישט ממש גרייט דערויף. אפשר דאך?!

 

גאלדי: ניין! בשום אופן! חלילה, ס'איז אסור! אין זוהר ווערט געבראכט אז מ'מוז עס היינט נאכט טוהן.

חזקי: אבער איך ציטער. איך בין נאך אין טיפע שאק! און דא נאך מיט דיינע שטרענגע רעגולאציעס, וועל איך זעכער נישט קענען, זיך ספראווען מיט זיי.

גאלדי: אקעי . כ'זאגדערצו, אז כ'וועל דיר העלפן, אבער געדענק! אונז טוה מיר אלעס אויסדרוקליך נאר למען השם. פארן אויברשטנס כבוד וועגן, אהן קיין חכמות...

 

נאך ביז היינט, איז דאס 'טיפיקל-סטאנדארט' וואס ווארט מיך אפ אינדערהיים, נאך א שווערע טאג ארבעט.

 

יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס, אונזער היץ איז אזוי מסוכן, און א געפאהר פאר מיר?

און כ'רעד שוין נישט פונדעם, וואס ביסט א הייסע רייצליכע הערליכע נקבה! וואס קען נישט נארמאל אנציעהן א מענטש. מיט דעם וואלט איך מיר נאך געקענט ספראווען. זעהסטו למשל. גיטי! איז אויך א שיינע הויכע הייסע שטיקל. טאקע נישט אזוי שיין ווי דיר. אבער נאכאלץ נישט אוועקצומאכן. ס'פעהלט איר גארנישט. אבער קיינמאל האב איך נישט געפיהלט אז כ'האב א פראבלעם מיט איר, כ'זאל מורא האבן אז פלוצים וועל איך אינטערגעצויגן ווערן, און פרובירן אנצופאנגען מיט איר.  און דאס איז נאר, וויבאלד מיין שכל איז מערסטנטייל, (בעיקר בשעת די ארבעט) זיך מתגבר אויף די געפיהלן. און טוט מיר דיקטירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.

 

ווידעראום די בעיה מיט דיר איז, דו שפריצט א מין היץ! וואס איז נישט משיג צו זיין. וויזוי זאגסטו נאר? " כ'ווער צוגאנגען פון דיר". יא! איך טוה צוגיין אין די גענגווארט פון א הייסע שיינע פרוי, איבערהויפט אזא איינער ווי דיר, וואס שיינט און לייכט. פוהל מיט ליבשאפט און אמת'דיגע איבערגעגעבנקייט. געטריי צו יעדעם. דאס איז וואס ציהט מיר אן. און מאכט מיר שפרינגען פון די הויט. אויב וועלן מיר ארבעטן ביינאזאמען, קען איך דיר פארשפרעכן אז כ'וועל דיר נישט 'רעיפן'. אבער כ'קען נישט פארזיכערן, אז די הערצער אונזערע, וועלן אונז נישט רעיפן....

 

כ'זאג דיר צו בעז"ה, אנצווענדן אלע מיטלען, דיך צו געפינען א צווייטע דזשאב, כ'וועל נישט קענען רוהיג שלאפן ביינאכט, וויסענדיג אז דו ביסט נעבעך פארקנעכטעט אינטער די ווילדע קאפריזן, פון א אומציווילעזירטן פארשוין. און איבערגעלאזט פאר זיינע חסדים.

חני! כ'מוז זיך אומקערן אהיים, בעפאר גאלדי וועט עפעס חושד זיין. די נאכטמאל איז אינגאנצן נישט פארריבער ווי געפלאנט. ס'גארנישט אזוי אנגענעם געווען . און די קייטל ליגט נאך פאריתומ'ט אין מיין קאר, ווארטנדיג אויף א פאסיגערע געלעגנהייט.

 

דיין אנטווארט וועל איך הערשט קענען לייענען מארגן ביינאכט. אבער אין קאפ, וועל איך טראכטן פון דיר אַבאָנטש!

א גוטע נאכט האָני!

פון חזקי...

-------------------------------------------------------------

אינדערפרי, ווערן חזקי איז אנגעקומען ווי געווענליך, צו נעמען די פרויען צו די ארבעט, האט חני אים איבערגעגעבן א פארמאכטן ענוועלאופ, זאגענדיג, "דאס איז די אינפארמאציע האסט נעכטן געבעהטן פון מיין מאן צו דערגיין. חזקי האט געפרובט באהערשן זיינע געפיהלן, נישט רויט צו ווערן, און זיך באנעמען, נארמאל ווי זיין שטייגער, אינדערצייט וואס זיין הארץ האט געשטורעמעט אינערליך. ווי נאר ער האט דערגרייכט זיין ארבעטספלאץ, איז ער תיכף אריין אין טוילעט, און מיט ברויזנדע געפיהלן, געעפנט דעם בריוו..

 

מיין ליבע חזקי'

כ'האב נישט געקענט ציווארטן ביז'ן אווענט, מיט'ן אנטווארט מיינע, צו דיין אזוי ווארעמע בריוו, וואס האסט מיר נעכטן נאכט געשיקט, פוהל דורכאויס מיט סימפאטיע.

כ'האב זייער ליב געהאט דאס זארג וואס דו האסט ארויסגעוויזן. כ'האב געליבט דיין מודה זיין צומיר. אז דו האסט געוויינט צוליב מיר. און די וועג, וואו האסטיך בכלל נישט געשעמט דערמיט. און האסט אבסאלוט נישט געפיהלט שלעכט איבערדעם – און  ניטאמאל א משהו, זיך אנגעקוקט - ווינציגער מאן' דערוועגן.

 

א פאקט, וואס  למשל, מיר, איז עס  זייער לעבנס-נויטיג,  און מיין מאן פארמאגט עס נישט. וואס חוץ דער מציאות, אז ער איז א אויסגעשפראכענער עגאאיסט, - א אומהיילבארער זעלבסטזיכטיגער בריאה - וואס גלייבט אז די גאנצע וועלט איז באשאפן בלויז אים צו באדינען. – געט ער נאכדערצו, נישט, קיין פינטל אויפמערקזאמקייט צו מיין זייט. און ס'אינטרעסירט אים נישט מיינע געפיהלן, קיין כי הוא זה. געוויסע צייטן ממש, ווי כ'וואלט נישט עקזעסטירט.

 

צו דו גלויבסט מיר צונישט, ווען כ'פארצייל אים ווען, וואס כ'בין אדורך מיט מיין בעה"ב. וואלט דאס איינציגסטע זאך, אים אויפגעבראכט, און ארויסגענומען פון די כלים – דאס אז עמיצער האט זיך דערוואגט צו טשעפען מיט זיין כבוד. אבער כלל נישט, דער טראגעדיע,  וואס איז אויף מיר אריבער. פארקערט, ער פון זיין זייט האט מיר שוין אפטמאל פרובירט איבערצורעדן צוקומען מיט אים אויף א פלאץ, אין פלעטבוש, וואס לויט ווי א חבר האט אים פארציילט, קומען דארט פאָר 'ווייבער-סוואפס' (ווייבער-אויסטוישונגען). ער וויל דאס אויסטרייען..

 

איך קום אהיים טעגליך, נאך א פארנומענע טאג ארבעט, איך יאג מיך אויס די נשמה, אים אנצוגרייטן נאכטמאל,  איך פרעג אים שיין, "נו, וויאזוי איז אדורך דיין טאג?" .. ער אבער פרעגט קיינמאל נישט , "וויזוי מיין טאג איז אדורך". ס'אינטרעסירט אים ווי א 'לאך אין קאפ' און אויב זאל ער יא אמאל בטעות פרעגן. פארבלייבט ער ניטאמאהל איבער, צוהערן א תשובה אויפדעם.

 

און איראניש איז: טאקע דוקא דאס וואס ס'איז דיר שווער אינדערהיים, דאס איז דאס איינציגסטע זאך ביי מיר 'נישקשה'דיג'..  קענסט זיין זיכער אז האסטיך נישט וואס צוזארגן איבער די סעקסואלע צושטאנד אונזערער. מיין מאן גיט מיר גענוג און נאך, און נאך אפ' מער וויפיהל איך ברויך. אפ' שוין איבער די מאס. און אפ' אין די אומריינע טעג, דארף אים אים צופרידן שטעלן, און באפרידיגן, אויף 'אנדערע אופנים' אנדעם וואס מיר זאלן עובר זיין אויף איסור נדה...

 

מיין ברען און ציאונג,  צו דיר איז א גייסטיקע, (נישט אז ביסט חלילה נישט קיוט, אדרבה!!!) כ'בין פארליבט אין דיין הארץ . אין דיינע געפיהלן וואס דו ווייזט ארויס פאר אנדערע. איך שעץ אזוי די וועג, ווי דו קעירסט, און ווייזט ארויס פארשטענדעניש, פאר אנדערע. און גלייכצייטיג מיטפיהלענדיג, מיט א צווייטנס צער, ווען יענעם גייט נישט גוט..

 

אויף דעם ארויף זאג איך דיר, אויב וועסטו מצליח זיין מיר אריינצונעמען אלס דיינס א ארבעטארערין, - זאגסטו דאך, איז דיין גרעסטע ציטער, - אז דו וועסט זיך –אין ערגסטן פאל - צושטארק פארליבן אין מיר, נו... דערויף האב איך דאך נישט קיין מאכט?!. ס'איז נישט אין מיינע הענט, צוטוהן עפעס דערוועגן. ווידעראום לגבי מיין פחד, האב איך שוין גענוג זיך צונויף געשמועסט מיט גיטי, צו וויסן, אז נישט בלויז, ביסט נישט דער טייפ, וואס זאל ארויפצווינגען אויף עמיצן דיין ווילן, נאר ניטאמאל אזא סארט, וואס זאל פרובן באיינפלוסן עמיצן זאל וועלן וואס דו ווילסט. און דאס איז וואס איך רעספעקטיר אזוי פונדיר.

 

און ווייטער אויף דיין וואונדער, וויזוי כ'האב פאר אביסל  'קאזמעטיקס' איינגעשטימט צו פארבלייבן ארבעטן פאר אזא שלעכטער פארשוין ווי מיין בעה"ב. איז דער ענטפער: 'ס'איז נישט ממש, די 'קאזמעטיקס'. נאָר מיין מאן גיט מיך נישט קיין רויטן גרייצער, פאר די הויז באדערפענישן, נעמליך, קודם כל, א בעיבי סיטער, פאר מיין קינד, וואס איז נישט קיין קליינע אויסגאבע. אבער פון די אנדערע זייט פונקט אזוי קריטיש.. זיין טענה איז: 'אויב ארבעט איך נישט, דאן זאל איך האלטן דאס קינד אינדערהיים. און אויב זאל איך טאקע פארבלייבן אינדערהיים, אויפאסנדיג אויפ'ס קינד קען איך דיר גאראנטירן, אז ביז א וואך ביניך אין א משוגעים הויז!!

 

איך דארף מיך אנטוהן שיין. ארויסגיין אין גאס. באגעגענען מענטשן. שוין אפגערעדט די אומגעהויערע מאס באפרידוגונג, די ארבעט גיט מיך (אינדערצייט, וואס מיין מאן – נישט בלויז, גיט ער מיר דאס נישט. נאר צושטערט, און פארמינערט נאך...) צבש ווען כ'פארטיג א סטעימענט אויסרעכענען, און אלעס שטימט מיט די מאנאטליכע אויסגאבן. שפיר איך א פיהלפאכיגערע הנאה, פון ווי אפצובאקן א פיינער שטיקל קוכן. כ'רעד שוין נישט, ווען כ'ערהאלט א קאמפלימענט פונעם באנק, אז אלעס איז אויסגעצייכנט און פּעדאַנט, דאן ביניך שוין געוויס, אויפ'ן זיבעטן הימל.

 

אבער אויב פרעגסטו שוין יא, דאן וויל איך דיר שטעלן א פראגע.

רבוש"ע! וויאזוי קענסטו אויסהאלטן צו לעבן מיט אזא גיפטיגע שלאנג אין הויז.??

פ"וו ביסטו נישט אנטלאפן תיכף נאך די ערשטע נאכט??????????

פ"וו, גאט אין הימל, האסטו זיך נישט זאפארט גע'גט? צו פעהלן דען מיידלעך, וואס זענען אריינגעפאלן פונקט ווי דיר, און האבן, נאך א טאג זיך גע'גט, טרעפנדיג דערנאך זייער ווירקליכע, ריכטיגע באשערטע??!!

 

ביטע שרייב צוריק ווי אמשנעלסטן.

א גאנצע נאכט, בין איך פארנומען געווען טראכטענדיג פון דיר, און דיין גאנצע נעבעכדיגע פארגאנגענהייט... כ'קען קוים ווארטן צוריק צוהערן פונדיר מיין זיסקייט....     פון דיין טייערע חני..

 

היי חני!

זאג מיר דעם אמת , אויך דיך שאפן די בריוון, און ספעציעל די שריפט,  אזעלכע  בויך דרייענישן, און אזא צושאקלטע גייסט, אדער איז עס בלויז 'איך' וואס שפיר אזוי?

ביטע! געב מיר צוריק מיינע בריוון נאכן אדורכלייענען און כ'וועל עס לייגן אין 'שרעדער'. מיט דיינע האב איך דאס זעלביגע געטוהן. ס'איז צו איינגעשטעלט, אז אזוינע בריוון זאלן זיך ארומדרייען פראנק און פריי. כ'וועל דיך בל"נ מארגן אינטערוויאוען, צוזאמען מיט אונזער אקאונט'קע, כדי אז אזוי ארום זאל איך עס קענען מודיע זיין  פאר דיין באָס, אהן וואס עפעס זאל אים ווערן אויפפאלנד. ער זאל נישט צבש אנהויבן פרעגן, וויזוי דו קומסט בכלל אהן צומיר, נאך איידער, ער האט אפ' אנגעהויבן זוכן זיך, א צווייטן אין דיין פלאץ.

 

אצינד אויף דעם אופן, וועליך אים זאגן, אז ס'איז געאייגנט, זאלסט שוין אנהויבן זיך צוצורייבן אין דיינע פליכטן, און שוין איצט קומען ארבעטן פאר מיר, אזוי אז ווען די אק' וועט ארויסגיין. זאלסטו שוין זיין רייף אינעם פעלד. און אינדערצווישן, איז שטענדיג פאראן גענוג פראיעקטן מיטוואס צוצולייגן א האנט, - וואס איז טאקע אייביג נייטיג – אין פארשידנס.

 

באציענדיג זיך צו דיין פראגע, פ"וו איך לעב נאך מיט גאלדי. און הלמאי איך האב איר נישט איבערגעלאזט תיכף נאך די חתונה ..

איי, קענסטיך פשוט נישט פארשטעלן ווי  ווייט אונזערע השקפות זענען געווען איינער פון אנדערן. און אויף וואספארא אופן, זי האט זיך געפירט צומיר.

אלזא. צומארגנס האב איך געקלונגען א חבר מיינער, וואס האט מיר פיהל ארויסגעהאלפן אלץ בחור, אין אומצאליגע פעלער. כ'האב מיך אויסגאסן דאס הארץ פאר אים. אז כ'בין ביטער אריינגעפאלן אין א טיפער גרוב. און כ'בין אויף'ן שוועל פון באגיין עפעס זייער דראמאטיש, און דעצידירנד.

 

קוק אהער, זאג איך עם. 'זי איז נאך א מיידל. כ'קען איר נאך היינט גט'ן, און אפירזוכן די ריכטיגע פאר מיר. הערנדיג דאס, האט ער מיר אנגעהויבן פארשטיין געבן. אז איך באגיי א געפערליכע גרייז, וואס כ'וועל אייביג באוויינען.

דארפסט פארשטיין, הויבט ער אן ערקלערן,  אז ביסט באגאנגען א נארישקייט, מיטן זיך אזוי אויסטוהן נאקעט, די ערשטע נאכט. פון די חתונה, אין די גענגווארט פון א פרום אפגעהיטן מיידל, וואס קומט נארוואס ארויס, פון א חסידישע ערליכע שטוב, - וואו זי האט אלץ געוואוסט אז א מאן, איז די מסוכנ'דיגסטע באשעפעניש פאר איר. און אנרירן דעם א.... איז ווי בארירן א אפענע דראנט, מיט א טויטליכע שטראם עלעקטריציטעט. – קענסטו נישט ערווארטן, אז אין איין נאכט זאל אלעס נשתנה ווערן, און זי זאל טאנצן מיט דיר 'בּעלי דענסינג' אין סאלאן. און דערנאך מאכן א לעבן מיט דיר אין בעט...

 

און היות דאס איז געווען ביז היינט איר לעבנס-שטייגער. און איינגעהאדעוועטע נאטור. ברויכסטו איר געבן צייט דערצו..! האב געדולד. צווינג עס נישט ארויף אויף איר, און מיט די צייט וועסטו זעהן אז זי וועט דיך נאכמער דארפן, ווי דו – איר.

דו קוקסטיך אזוי איין אויף דיינע חברים, אבער דו ווייסט נישט אז מער ווייניגער זענען זיי אלע פארריבער דאס וואס דו. איינער מער און איינער ווייניגער. און אין אלע אין פארשידנארטיגע פארמען. אבער מיט די צייט, האבן זיי זיך ווי נישט ווי, צוגעלערנט, און איינגעוואוינט, מכבד צוזיין און שעצן, א ערליכע אידיש מיידל וואס האט זיך דוכאויס איר גאנצן לעבן אפעגעהיטן פון סיי וואס. און ווידעראום די ווייבער האבן זיך פונקט אזוי  צוגעפאכעט, וויזוי בעסער צופרידן צושטעלן די מאן, מיט זיינע געברויכן.. און צוביסלעך זאגאר זיך אליינס אויך.

 

וואס וועסטו פארדינען פון זיך גט'ן? אויב די מיידל נאך איר, וועט האבן דעם זעלביגן פראבלעם?! אינדערצייט וואס די איינציגע וואס ווייסן יא,  וויאזוי צו טאנצן, זענען די 'פויגלעך' וואס האבן דאס שוין אויסגעפרובט, איידער די חתונה, און זענען, מערסטנסטייל ניטאמאל קיין 'בתולות' אפ'... צודען ווילסטו דאס ענדישער??

 איך קען דיר! כ'ווייס אז דו פארמאגסט אינדיר א לויטערע נשמה. און איך קען דיר צוזאגן, אז מיט אביסל רוהיגע איינגעהאלטנקייט, וועט פון גאלדי זיין 'גאלד' נישט בלויז אין קיך, נאר גאר אין שלאפצימער אויך ..

 

די דאזיגע ווערטער, אין צוגאב, ציוואס כ'קום פון א שטוב פון גג'טע עלטערן. א צובראכן הויז.-  האלבע פאמיליע מיט די טאטע. האלב מיט די מאמע. און וואו רוב פאמיליע רעדט בכלל נישט צווישן זיך. צבש ביי מיין חתונה האבן בלויז א חלק משפחה-מיטגלידער  זיך באטייליגט –  דאס האט געווירקט אויף מיר. כ'זאל מיך אומקערן אהיים, טראכטענדיג, צומיר "פארפאלן, חזקי! דו האסט נישט וואו צוגיין, און צו וועמען זיך צו ווענדן. ס'נישטא ווי צו אנטלויפן.."

 

און נאך אלעם, איז ער דאך מעגליך גערעכט, אלץ וואס אנבאלאנגט מיינע חברים, אדער אנדערע פרויען.?! מיין פרוי איז געבליבן אקוראט די זעלבע. זיך נישט קיין פינטל געביטן. און מיין ווארטנדע געדולד, האט מיט קיין משהו נישט מער פארבעסערט. און טראץ די פוהלע איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט צו איר פון דאן, ביז היינטיגן טאג . איז אבער מיט דעם אלעם אלץ, געבליבן דער זעלבער ווי אמאל.. און ס'האט זיך גארנישט געטוישט...

 

מיט פיהל ליבשאפט.

דיין חזקי.

------------------------------------------------------

איינס אזייגער נאכמיטאג, האט חזקי'ס סעלפאון זיך צודריזלט, א טעקסט איז ערשינען אויפ'ן סקרין, - חני פרעגנדיג אים: 'האסט עס געלייענט?'

'יא! האט חזקי צוריק געענטפערט. צולייגנדיג, 'טעלעפאניר מיר יעצט אין מיין אפיס, די נומער איז 718-4318112 . און בעהט צורעדן מיט מיר. דערנאך וועלמער שוין אראנזשירן אןאפיציעלע ארבעט'ס-אינטערוויאו.

 

א מינוט איז פארביי און גיטי'ס שטימע רופט אויס הויעך.

חזקי! חני, פון די דערנעבנדיגע אפיס, איז אויף'ן ליין..

חזקי: אקעי שיק עס מיך!

אה. העלאוי חני! וואס הערט זיך?

חני: ? ווען איז דיין לאנטש-ברעיק?

חזקי: אה. א רגע נאר. גיטי! געב א טשעק מיט די אקונטענט'קע פון אונזער אפיס, צו זי קען פריי זיין, פאר א דזשאב אינטערוויאו מיט חני און מיר. אקעי?!

אקעי חני, ביי.

 

גיטי: דו טראכסט אמת'דיג איר צו נעמען?

חזקי: יא! פ"וו נישט? וואס? דו האלטסט, אז זי איז נישט פאסיג?

גיטי: אממ. כ'ווייס נישט, זי איז אביסל. נו.. וואס זאל כ'דיר זאגן.. שוין כ'פארלאז מיך אויף דיר

חזקי איז אריין אינעם קאנפרענץ צימער, צוזאמען מיט די אקאונטענ'קע, און חני, מינוטן דערויף, מיט א טעקע פאפירן אין האנט.

חזקי: [מיט א שמייכל] העי, איר קענט זיך דאך שוין פון די קאר, לאמיר זעהן צו מיר קענען אייך נאך מער באקענען צוזאמען.

חני: יא! כ'האלט אז כ'וועל מיך גוט קענען איינגלידערן דא.

 

אקאונטענקע: אקעי, סאו, וואס זענען דיינע פליכטן פונקטליך ביי ענק אין אפיס?

חני: פירן אקאונטס. סטעימענטס. אינוואויסעס. אינקאמ'ס. קוויבוקס. און פעימענט'ס. און דערנאך די פעיראל, פאר די איינגעשטעלטע.

אק': קען איך פרעגן ביטע, ציוואס דו לאזט איבער דיין פריערדיגע ארבעט?

חני: כ'האב א פיוואטע אישו, וואס איז מיר אוממעגליך אויסצושמועסן איינצלהייטליך, אבער האט אויסדרוקליך גארנישט שייכות געהאט מיט די עצם ארבעט. און וועט מיר אבסאלוט דאס מינדסטע נישט שטערן דא, ביי אייך.

אק': און פארשטענדליך אז מיר קענען אים אנרופן זיך נאכפרעגן אויף אייך?! נישט אזוי?!

חני: יא זיכער אזוי!

 

אק': אקעי! ווילאנג ארבעטסטו שוין דארט? וואספארא שטונדן?

חזקי: אגב, וואס זענען די דאקומענטן דו האסט מיטגעברענגט?

חני: גארנישט! סתם ביישפילן, פון סוף וואך רעפארטס. און רעקאמענדאציעס פון די באנק, און פון איין פריערדיגע ארבעט'ס-ארט. מיט טעלעפאן נומערן. עס צוקענען פעסטשטעלן, און זיך נאכפרעגן איבער מיר.

חזקי: אקעי, אויף די וועידזש וועלמער רעדן אן אנדערע געלעגנהייט אי"ה.

אק': אינדערצווישן, וועלן מיר מברר זיין אויף דיר און מיר וועלן אי"ה בלייבן אין קאנטאקט, מיט א תשובה.

חזקי האט איבערגעלאזט פאר איר, א ענוועלאופ מיט א בויגן דערין. איר זאגנדיג אויפ'ן קול, כדי די אק' זאל הערן. 'געב עס איבער דיין באָס, ער העט שוין וויסן. ווען בשעת מעשה טעקסט ער איר 'געב עם עס נישט! ס'איז פאר דיר!.. זיי וויסן, ביסט געווען אויסגעצייכנט..האסט געמאכט גאר א גוטן איינדרוק.

זי האט צוריקגעטעקסט, 'שכוח. דו האסט אויך געשפיהלט גאר, פערפאסיאנאל, און אדורכגעטראכט. כ'קוק ארויס שוין צוארבעטן פאר דיך, ווי פריער.

----------------------------------------------------------

אק': חזקי! איך מיין אז פון מיין זייט, איז זי מייניך גענוג פעאיג צו באקומען  די פאסטן ביינונז

חזקי: אבער??

אק': אמממ.. יא! חחחח, הממ. כ'האב נישט געגליכן דאס וואס זי האט פרובירט זיך ארויסצודרייען, פון ענטפערן א פארשטענדליכע ענטפער, אדער סיי וועלכעס אורזאך, איבער מיין שאלה צו איר פריער, פ"וו זי פארלאזט איר פריערדיגע ארבעט.

חזקי: אקעי. וואס נאך?

אק': כ'מיין.. זיי אויפריכטיג מיט מיר..  דו האלטס'ט אז זי פאסט זיך אריין דא? נישט אז כ'בין אינפארמירט מיט עטוואס שלעכטס אויף איר. נאר סתם, זי מאכט א רושם, ווי עפעס א פויגל אביסל. ווי כאילו א. הפקר-מויד. כ'צוייפל וואספארא סארט לופט זי וועט אריינברענגן אין אפיס דא. וויזוי די אנדערע מיידלעך וועלן פיהלן לגבי איר..

חזקי: נו נו. כ'וועל מיך איבערטראכטן דערוועגן. אינצווישן רוף דו אהן איר געוועזענע בעה"ב, און פרעג זיך בעסער נאך אויף איר.

אק': פיין! כ'וועל אנרופן איר באָס, און אויך פארשן אביסל ביי אירע אלטע יוגנט-פריינדינ'ס פון די סקול יאהרן.

חזקי, טראכט צוזיך. לאמיר זעהן וואס דער ממזר וועט האבן אויף איר אויסצוזעצן..

 

גיטי: "חזקי! דיין ווייב איז אויף די ליין פאר דיר.!" גיטי האט געוואוסט אז וואס ס'זאל נאר נישט זיין, מיט סייוואס חזקי זאל זיך נאר באשעפטיגן, וועט א טעלעפאון רוף פון זיין ווייב שטענדיג טראגן ביי עם דאס גרעסטע פריאריטעט. און ער איז אייביג גרייט עס צו נעמען. הערנדיג דאס האט חזקי געטראכט צוזיך, אקעי, ווארשיינליך, האבן זיך די פעמפערס שוין אויסגעלאזט.

 

גאלדי, זייענדיג ארבעטסלאז, פלעג כמעט נישט אנקלונגען אין די ארבעט. זיי האבן אין פארלויף פון טאג, כמעט נישט געשפראכן טעלעפאניש איינער צום צווייטן. אפ' אין די ערשטע יארן, ווי זי האט שוין יא אמאל גערופן,   פלעג חזקי האבן דעם הרגשה, אז זי זוכט פארקורצערן דעם געשפרעך. און אפהאקן, א שטייגער ווי כאילו, זי וואלט געווען דער פארנומענער מענידזשער וואס האט א גאנצן ביזנעס אויפ'ן קאפ צו פירן. און ער זיצט אינדערהיים, און פלוישט מיט די חבר'טעס טאג און נאכט. אויף יענער פלונית'טע וואס דארף אט אט האבן. און די אנדערע אלמונית'טע וואס נעמט ל"ע פילן פאר די נערוון. און די דריטע, וואס שטאפט זיך זיכער, מיט טאבלעטן, כדי אפצוהאלטן פונווערן טראגעדיג. א חרפה און א שאנדע פאר איר...

 

גאלדי: קום פליז אהיים היינט פריער. ס'איז פארהאן א סעיל פון שיך, מיט ספעציעלע פרייזן. און כ'וויל ארויסגיין מיט פרענדס.

חזקי: אקעי וויפיהל אזייגער?

גאלדי: 7

חזקי: אקעי. נאָ נאָ.  ס'איז נישט אזוי פריה. די קינדער שלאפן שוין?

גאלדי: דו שעמסטיך נישט? זאג! דו ביסט עפעס ווייניגער מחויב ווי מיר? ביסט פונקט אזוי זייער טאטע, און ס'וועט נישט שאטן חלילה, אויב היינט, וועסטו, זיי לייגן שלאפן. געערטער פריץ!

חזקי: פארוואס שרייסטו אזוי? איך האב סתם געפרעגט צו זיי שלאפן שוין! פארשטיי. אז ס'איז מיר נישט לייכט נאך א שווערן טאג ארבעט. צוגיין לייגן שלאפן די קליינע.. אבער קוק אהער. אויב ס'גייט דיך אזוי אין לעבן. און כ'וועל דיר קענען אזוי בייהילפיג זיין. וועל איך עס גערן טאהן.

גאלדי: 'אקעי ביי'.. און קנאקט תיכף אראפ. מיט א ווייטאגליכע ווידערקלאנג ציוואס חזקי איז שוין געווען געוואוינט נישט פונהיינט.

די אק' פונדערווייטנס ווינקט אים, אז חני'ס באָס, ווארט אויף די ליין צורעדן מיט אים. און טאקע דוקא נאר מיט אים. חזקי, ווייזט, מ'זאל אים עס אריבערפיהרן.

חזקי: האלאוי? – זאגט ער מיט אן איינגעהאלטענע געמאכטן שטימע. ווען צו די זעלבע צייט צודריזלט זיך זיין סעל, אים אנזאגנדיג אויף א פרישע טעקסט. אקארשט באקומען.

ס'איז חני. "אוי באשעפער! שרייבט זי אים. ביסטו משוגע אינגאנצן?? אייערע אקאונטנט איז דעי רגע מיט מיין באוס אויפ'ן פאון??!!

 

חזקי, האט איר איגנארירט. און פארגעזעצט פרעגנדיג איר באס, 'יא! לאמיך הערן. וואס האסטו צוזאגן?

באס: אקעי. כ'וועל עס מאכן קורץ. כ'האב פארשטאנען עפעס, אז דו גרייטסט זיך אויפצונעמען מיין ארבעטארערין חני, ביי דיר אין אפיס, כ'האב דיר בלויז געוואלט איינמעלדן אז מיר האבן סייווי געהאלטן אינמיטן שפעקולירן וויזוי איר צו פארשיקן, 'האט זי דיך דאס אויך פארציילט?'

חזקי אַן ערשטוינטער, האט נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן דערצו. ער מסופק געווען צו ער זאלעס יא גלייבן. צונישט. ער האט זיך געקווענקלט א וויילע, און דאן געזאגט. "איז אפשר מעגליך צו וויסן פ"וו?

באס: קענסטאך איר אליין פרעגן..

און אזוי רעדנדיג האט חזקי צוריקגעטעקסט צו חני 'וואס איז? איז וואס אז זי רעדט מיט אים?? וואס קען שוין געשעהן.?

חני: וואס??? ביסט אינגאנצן?!  ער וועט מיך הרגנ'ען!! כ'האב נישט געוואלט ער זאל וויסן דערפון בעפאר איך גיי?! וואס פארשטייסטו נישט?

חזקי, איז געווארן נערוועז. און נאכן קורצליך זיך באדאנקען, האט ער שנעל אראפגעלייגט מיט יענעם באוס די פאון. ווען תוך כדי דיבור, דיילט ער גיך חני'ס נומער...

 

חזקי: חני אוי. אנטשולדיגט. זיי מיר באמת מוחל. פון וואו זאל איך האבן געוואוסט אז דו ווילסט נישט ער זאל וויסן דערפון. ווייסטו וואס. פארלאז זאפארט דעם בילדינג!

'כ'ווייס נישט. כ'ציטער.. האט חני געענטפערט מיט א שוואכע שטימע.

חזקי: וואו ביסטו?

חני: אין טוילעט!

חזקי: אקעי. וואס האסטו איערגעלאזט אין אפיס?

חני: אמממ. כ'ווייס נישט פונקטליך. אסאך זאכן!

חזקי: אקעי. כ'מיין צופרעגן. עפעס וויכטיגס...

חני: אממ. יא! מיין טאשקע!

חזקי: אקעי. הער מיך גוט אויס. דו גייסט דעי רגע ארויס פון דעם געביידע, אבער מיט פעסטע און זיכערע טריט. איך בלייב אויף די ליין. אין פאל עפעס פאסירט. קום איך צו לויפן.! הערסט?.. כ'גלייב מילא נישט אז אין פארנט פון די אנדערע פרויען וועט ער עפעס טוהן. סאוי כ'בין נישט באזארגט..

חני: אויש.. ביסט זיכער? כ'ווייס נישט צו כ'זאל עס טוהן... מיין מאן וועט מיך שעכטן, אז כ'האב מיך אזוי אפגעזאגט, נאך איידער כהאב אפ' געפינען א צווייטע דזשאב..

חזקי: וואס הייסט?? נו זיכער האסטע! פון דעי רגע און ווייטער, ארבעטסטו פאר מיר! אקעי?! און יעצט. לויף שוין ארויס פון דארט. כ'ווארט דיך אפ אין די ערמערדזשנסי טרעפן-צימער. קום. אבער שוין .

 

חני איז טאקע ארויסגעלאפן פון טוילעט, האלב וויינענדיג, אין ריכטונג פון די 'עמערדזשנסי עקזיט'. און מיט האלב פארוויינטע רויטע אויגן. האט זי זיך דערנענטערט צו חזקי. וואס האט איר שוין אפגעווארט דארט, -  מיט לאנגזאמע אבער זיכערע טריט. חני. איז געקומען אזוי נאנט צו חזקי, אז ער האט געפיהלט איר, אטעם. און געהערט אירע האסטיגע הארץ קלאפענישן. 

 

איר שטילע געוויין, האט אים אינגאנצן גערירט, און באנומען. חני' איז אריינגעפאלן אין זיינע ארעמעס, און אים פעסט ארומגענומען, קוקנדיג אויף חזקי', מיט בעטנדיגע אויגן, וואס זאגן -  'נעם מיך ארום' 'געב מיך א האָג'...

חני האט מיט א געבראכענע קול און א שטומע געוויין, געמורמלט צו חזקי שטיל - "כ'האב אזוי מ-ו-ר-א געהאט... כ'האב געציטערט אז ער וועט מיך מימית'ן... כ'ווייס נישט וואס כ'וואלט געטוהן אנדיר..  "ששש. ס'גארנישט שעפעלע" האט חזקי איר בארוהיגט מיט א מילדע שטימע. 'אלעס איז בסדר. איך וועל פון אלעם קעיר נעמען אי"ה'. חזקי, שרעקענדיג זיך, אויב עמיצער וועט מיטאמאהל עפענען די טיהר, און זיי טרעפן שטיין אויף אזא פאזיציע. האט איר איידעלערהייט, דערווייטערט פון זיין קערפער, אין ווי זי איז געווען מיט די קאפ אריינגעגראבן . און צוגעדריקט צו אים..  ער האט איר אראפבאגלייט ביז אונטן פונעם בנין. איר אהין-דערלאנגט געלט פאר א טעקסי, און זיך ווארעם אפגעזעגנט.

 

ריכטענדיג זיינע פוסטריט צוריק צום בנין, איז חזקי' פארזונקען געווארן אין זיינע געדאנקען, און אומהיימליכע געפיהלן האבן אים ארומגענומען. קלערנדיג מיט זארג 'צו דאס איז געווען נאך א גדר, וואס איז אצינד געבראכן געווארן?! 'וואס האט בכלל באדייט דאס ארומהלאדזן זיך? ער האט בשום אופן זיך נישט געקענט דערמאנען, ווער עס האט אנגעהויבן דערמיט. ער. אדער זי..? ווי ווייט נאך וועט זיך דאס דערדראפענען? איז דאס געשעהן מיט א ספעציעלע כוונה? אדער צופעליג, א איינמאליגע ערשיינונג -  אין א צייט פון צומישעניש?! דער עיקר וואס האט אים געדרוקט, איז געווען, צו ער האט געטוהן א קלוגע שריט מיט'ן ארייננעמען צוזיך אין אפיס, עמיצער, וואס האט אהן קיין ספק, געשפיהלט טאַבּע מיט זיינע געפיהלן. און אים איינגענומען, פון דאנעט ביז אהין. ער שפירט ממש ווי זיינע הענט זענען געבונדן, און ער פארלירט דעם געהעריגן פארשטאנד - ווען ס'קומט אים פאָר, צו באשליסן וואס אימער נאר, אין צוזאמענהאנג מיט חני...

 

אומקערנדיג זיך אין זיין אפיס, האט ער גאטראפן די אקאונטענט'קע, ווארטן דארט ווי אויף שפילקעס, 'עפעס האט פאסירט חזקי'?. פרעגט זי אים. "פ"וו ביסטו אזוי ארויסגעלאפן פריער"?

חזקי: נע. גארנישט. סתם עמיצער האט זיך גענויטיגט אין הילף מיט א טיהר. ס'איז אקעי!

אק': אהה. יא! נו.. וואס זאגט טאקע יענער באוס איבער איר?

חזקי: גארנישט באזונדערס. זעהט אויס, ס'האט אים אויפגעברויזט אז זי גייט פון אים. זינגט ער אביסל, אן אנדער ניגון.  לויט ווי ער טענה'ט, איז ער דער וואס האט איר געוואלט אפזאגן..

אק': מאדנע. האלטסט נישט אזוי? זי זאגט. אז ס'איז  פערסאנעל אישו געווען. ער ווידער מכלומר'שט, האט איר שוין לאנג געוואלט פטר'ן.. מיינסט נישט, אז מיר זאלן מער אויסשמעקן די זאך?! אפשר זאל מען אינגאנצן מוותר זיין אויף איר. עפעס איז דא נישט גלאטיג?!

חזקי': נאַאַ.. נישט געזארגט! כ'בין איבערצייגט אז אלעס איז פיין! כ'האב שוין דיסיידעט במילא. אז כ'נעם איר. קוק. מ'וועט איר געבן א טשענס! א גלעגנהייט!

די אק' איז געבליבן שטיין א פארוואונדערטע. איז וואס? טאָ זאלעך קיינעם נישט אנרופן. זיך נישט מער נאכפרעגן אויף איר?

חזקי': אממ. נאופ! מיין אינסטינקט זאגט מיר, אז אלץ איז אין בעסטן ארדענונג מיט איר. און סייוויי גלייב איך נישט איר פריערדיגע בעה'ב. ספעציעל ווען ס'איז קענטיג, אז ער טראגט כמעט זיכער, א נגיעה דערין.

 

אק': ההממ.. אקעי. קוק אהער. אז דו זאגסט אזוי.. נו. כ'האף אז דו מאכסט די ריכטיגע באשלוס. איך וועל דאך נישט זיין דא! כ'מיין בלויז דיין טובה. און פארשטייט'צעך די טובה פון די ביזנעס. אלזא. ס'איז דיין ענדגילטיגע החלטה.

חזקי': יא! כ'ווייס.. כ'ווייס אז דו מיינסט נאר מיין טובה. און איך שעץ עס זייער. און ס'איז מיר באמת א שאד, אז וועסט מער נישט קענען פארזעצן. דו וועסט זיין א שטארקע פארלוסט פאר די אפיס. אבער ס'איז אקעי! דאגה נישט. חני וועט זיין א ווירקליכע טובה פאר די ביזנעס. כ'זעה דערין פאטענציעל. מעגליך נישט ווי דיר. אבער נו? ווער קען דען וואס דו ?! פיין. כ'ברויך אוועקגיין פריה היינט. א גוטע נאכט.

 

מאמענטאל האט חזקי צוזיך געטראכט. אייטש. אזא טיפש צוזיין.. כ'האב דאך נישט גערעדט צו איר וועגן געלט. כ'האב פארגעסן.! דער הונט האט איר פארשטאפט דאס מויל מיט א דאפלטע וועידזש ווי נארמאל. ס'נישטא קיין שום סיבה איך זאל איר צאלן די זעלביגע סומע. ס'קומט נישט בכלל אין באטראכט. כ'מיין.. אזוי איינעם צו באצאלן האט דאך קיין שום זין נישט. סיי ס'נישט אנגענומען. און סיי ס'וועט נישט מאכן קיין גוטן איינדרוק...

-----------------------------------------------------------------



סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/2/2012 15:39 לינק ישיר 

-----------------------------------------------------------------

זונטיג איז דער אמעריקאנער אפרוה טאג. די פרויען וואס ארבעטן און אזוי אויך מערסטנס מענער ארבעטן נישט זונטיג. ס'איז ווי א יו"ט מותר בעשיית מלאכה. אבער חזקי איז געווען פון די כיתה מענטשן, וואס דער טאג טראגט פאר זיי א באזונדערע באדייט. אפ' מער פון סיי וועלכעס אנדער טאג אין די וואך. צוליב וואס דער טאג איז פאר זיי ווי דער רודער צו מאנערווירן דעם שיף אגאנצן וואך.

 און חזקי' איז נישט בלויז געווען א מאטראז וועלכער זיצט צוגענאגלט צום רודער, נאר האט זאגאר געברויכט שוויצן יעדעס זונטאג. דארפנדיג דערגיין, דערשמעקן. און דערטאפן. וואס מען קויפט היינט, און אין וועלכן ארט. אויסגעבנדיג דערביי גרויסע סומעס, איינקויפנדיג די סחורה. ווען צו דער זעלבער צייט האפענדיג אז די פאשווענדעטע געלטער וועלן זיך אויסצאלן אין ענדע.

 

חזקי האט גראדע שיין פארדינט. אינ'אמתן גערעדט- אפ' ברייט  אין פארגלייך צו א דורכשניטליכער אמעריקאנער ביזנעסמאן אין זיין עלטער. (א וועכנטליכע געהאלט, מער פון 1500 דאלאר) אבער גאלדי'ס רייץ דערפאר. איז בלויז געוואקסן צוזאמען מיט די יארן. זייענדיג ארבעטסלאז, האט זי יעדן טאג געפינען נאך עפעס, וואס זי ברויך האבן דרינגנד פארן הויז. קינדער. אדער פאר זיך.

 

 פון זיינע גוטע פריינד האט ער פארשטאנען. אז איר אפעטיט איז נאך אויסצוהאלטן אקעגן אנדערע. און זי איז פערצופאל דוקא, נישט עפעס אויסן ארויסצושטעקן איבעראל, און זיין שרייעדיג צו יעדן מאן אין די אויגן – וואו זי גייט. הגם אירע אנטוהעכץ האט אזוי אויך אפגעקאסט הון תועפות. איז עס ווי נישט ווי. ווייט נישט געווען אין פארגלייך צו זייערע פרויען. (אזוי האבן זיי עכ"פ אים בארוהיגט)

 

אבער גאלדי איז פונדעסטוועגן  געווען ווייט, פון צוזיין  דער קליינער מבינה. זי האט גוט זיך אויסגעקענט און ארויסגעהאט די קוואליטעט. און דויערהאפטיגקייט. - נישט ווייניגער ווי דעם ברענד נעים - פון יעדעס קליידל, און פירמע. און זיך פרום געהאלטן דערצו. זי האט זיך געשטעלט אויף אירע רעכטן, אובאכט געבנדיג, חלילה נישט צו נידערן פון איר שטאנד און סטייל, אפ' אין צייטן אין וועלכע חזקי' האט נישט אזוי פיהל פארדינט. און הגם זי איז געקומען פון א גענוג פארמעגליך שטוב, האבן אירע עלטערן אבער ווי עס שיינט, אנגענומען דעם כלל "ארויס פון הויז איז ארויס פון בערזל" און עס שטרענג פארסירט.

 

דעם זונטאג האט חזקי זיך ארויפגעכאפט אויף דעם געלעגנהייט. און איר געלאזט וויסן, אז ער וועט נישט קענען קומען מיט איר. און ווען זי האט אנגעהויבן קוועטשן און נודזשענען. 'וויזוי קענסטעס טוהן צומיר? פונקט היינט ווען כ'מוז גיין דארט און דארט.... האט ער איבערגעלאזט א הונדערטער אויפ'ן טיש, ס'זאל קלעקן גענוג אויף  א טעקסי דורכאויס דעם גאנצן טאג. און איז ארויס פון הויז.

 

חזקי האט שוין פריער געהאט באשטימט זיך צוטרעפן מיט מלכי די אקאונטענק'ע צוזאמען מיט חני אין אפיס. בכדי צו ערלעדיגן די לעצט פארבליבענע צוגרייטונגען איר אריינצושיהלן אין איר נייע פאסטן נאך איידער די וואך וועט זיך אנפאנגן. ער האט געבעהטן מלכי'ן זיך צו פארבונדן מיט חני, איר מודיע צוזיין, דעם אורזאך פונעם צוזאמנטרעף. נעמליך - בנוגע די געהאלט וואס זי וועט באקומען . און וויבאלד ער האט  מיט איר נאך גארנישט אפגעמאכט דערוועגן. האט ער יעצט באשטימט ווידעראסמאהל א מיטינג דערצו. און מכבד געווען מלכי'ן מיט די כיבוד. אזוי ארום זיך ארויסדרייענדיג פון די אומבאקוועמע פאזיציע פון איר עס דארפן זאגן אין פנים. זינט ס'איז קלאר ווי דער טאג, אז דאס וואס זי האט באקומען פריער וועט זי בהחלט נישט באקומען אויפן צוקונפט.

 

פארנדיג פון זיין הויז צום אפיס האט זיך זיין סעל צוקלונגען . חני איז אויפ'ן ליין.

"וואס הערטצעך"? האט חני געפרעגט. 'כ'וויל דיך באמת דאנקן אויף די אויסטערלישע הילף, און מוטיגקייט, וואס דו האסט מיר געשאנקן ביז יעצט. כ'ווייס ממש נישט וואו כ'וואלט מיך אהינגעטוהן אהן דיר'. כ'האב דיך געשיקט א אימעיל. כ'בין אבער זיכער, האסט נאך דערווייל נישט געהאט צייט עס צוקוקן.

חזקי: נעה. ס'נישטא פארוואס צו זיין דאנקבאר. כ'בין פרייליך. כ'האב געקענט זיין דער שליח דיך ארויסצוהעלפן.

חני: וואס איז דער פלאן אויף היינט? און וואס איז די סיבה צו די היינטיגע מיטינג מיט מלכי אין אפיס?

חזקי האט אנגעהויבן שטאלפערן.. אהה. זי וויל ערלעדיגן די געלט ענינים.

חני: אההה. טאקע אונז האבן נישט גערעדט דערוועגן. וואס וועט טאקע זיין? כ'מיין... כ'גלייב אז דו קענסט מיך נישט צאלן וואס ער פלעגט.

חזקי: דאס זיכער נישט! מיר וועלן אנהייבן מיט א נארמאלע וועידזש. 10 12 דאלער א שעה. און מיט די צייט וועט מען ארויפגיין בעזה"ש. וויבאלד דו ארבעטסט דאך מילא אלץ אקאונטענט. וואס דערצו פעהלט זיך אויס קוואליפיקאציע. אבער דאס וואס דו האסט ביז היינט געמאכט. איז אפגערעדט אז מיר קענען נישט צושטעלן. ניטאמאל מלכי וואס ארבעט שוין יארן דא, באקומט אזאנס.

 

חני, אין פארלעגנהייט, מיט א שוואכע קול, 'הממ. כ'האב טאקע נישט געטראכט דערפון. כ'ווייס נישט צו איך קען איינגיין אויף אזא זאך. וואס זאג איך פאר מיין מאן? ער וועט מיר דערווערגן..

חזקי: וואוי. דערויף האב איך נישט געקלערט. דיין מאן ווייסט דען וואס דו מאכסט פונקטליך? ער זעהט דיינע טשעקס? און וויזוי האסטו עם טאקע מסביר געווען דיין פלוצים'דיגע פארטאפלונג אין דיין געהאלט?

חני: ער ווייסט נישט גענוי. אבער ער האט געוואוסט אז כ'האב באקומען א גרויסע הויבונג אין מיינע וועידזשעס, וויבאלד כ'האב געוואלט פארלאזן מיין ארבעט. נישט קענענדיג מער פארטראגן די ווייטקייט, צווישן מיין הויז און ארבעטס-פלאץ. און זיי האבן מכח זייער שטארקע אינטערעסע אין מיינע רעזאולטאטן,  נישט מסכים געווען אויפצוגעבן אויף מיר.

חזקי: מיין פארשלאג וואלט געווען, זאלסט אנהייבן קודם מיט 15 דאלער א שעה, זעה וויזוי די פלאץ געפעלט דיך דא, און אויב וועט מיין בעה"ב זיין צופרידן מיט דיר, וועט ער שוין ארויפגיין מיט די צייט. נישט געזארגט.

חני: אקעי, כ'זעה כ'האב במילא נישט קיין אנדער ברירה. צום פריערדיגן קען איך מיר שוין סייווי נישט צוריקקערן, אלזא וואס איז דא צו קווענקלען דערין אפ'?!

חזקי: פיין! אצינד וויל איך זאלסטיך אראפזעצן מיט מלכי רוהיגערהייט, הערן אלס ארום דיין נייע דזשאב, נאך איידער די וואך הייבט זיך אן. און חוץ פונדעם קען איך באשטיין זי זאל אויך באקומען א גוטן בליק אויף דיר. און כ'בין איבערצייגט אז ס'וועט טאקע אזוי זיין.

חני: אקעי. צום ווידערזעהן. ביי.

 

אינצווישן האט מלכי געפרובט אריינצוקאלן אויפ'ן ביפ, א שיינע פאר מאל. חזקי האט איר יעצט צוריקגעקאלט. 'וואס איז געשעהן? האט זי געפרעגט.

מלכי: כ'האב ערהאלטן א וואויסמעיל פון איר באס, ווי ער דעקלערט, מיט ביטערניש.

 

1 - לויט ער פארשטייט האלטסטו שוין נאכן קומען צו די החלטה אויפצונעמען חני, לכן וויל ער דיך איינמעלדן אז דו האסט געמאכט א פאטאלן טעות, וועלכע דו וועסט נאך שטארק חרטה האבן, און מסתמא האט זי דיר זיכער נישט פארציילט די מעשה פון די קרעדיט קארד.

 

2 -  אלץ רעזולטאט פון דיינע פרעכע אויפירונג צו אים, וויל ער נישט זאלסט פארזעצן דאס ברענגען זיינע ארבעטארערינס צום ארבעט. און ער שטעלט אפ זיין טייל אין די  מאנאטליכע צאלונגען, אנגעהויבן פון קומענדיגע דינסטאג.

חזקי איז געווען אין שאק. ער האט איז זיין וויסטן חלום זיך נישט געגלייבט אז דער דער לעצטער וועט פירן אזא אפענע קאמף, אידנערצייט וואס ער ווייסט אליין בייזיך, אז ער טראגט א שיין קופה של שרצים אין רוקזאק. און ער האט סקעלעטנס אין וואנט-שאפע צו אויסבאהאלטן.

'דו ווייסט וואס ער מיינט וועגן דעם קרעדיט קארד? האט מלכי'ס פראגע איבערגעהאקט זיינע געדאנקען..

חזקי: ניין! כ'האב נישט קיין מושג. פרעג איר דו אליינס שפעטער.

מלכי: און וואס העט זיין מיט די קאר? ווי קען מען עס ווייטער אנהאלטן, אהן די אנדערע , בלויז מיט גיטי און חני?

חזקי: מ'העט שוין זעהן עפעס צומאכן.

מלכי: אקעי ביי.

 

חזקי האט מיט פאמעליכע באוועגונגען אראפגעלייגט דעם טעלעפאן. און ווי ראובאטיש געפראגרעמ'ט, אריינגערוקט דעם ב"ב אין האלטער. זייענדיג אינגאצן פארטיפט אין זיינע מחשבות, שווערע צווייפלענישן האבן אים געפייניגט. 'איז דאס א סימן מן השמים אז כ'האב נישט ריכטיג געהאנדלט מיט'ן ארייננעמען חני? אדער איז עס בלויז די גווענליכע שטרויכלונגען און שטיינער אין וועג, בעפאר מ'פירט אדורך א גוטע זאך.?! און אויב איז טאקע יא א גוטע זאך. צו מיין איך עס טאקע לשם שמים אדער האב איך דערין א שלעכטע אגענדע?!..

 

אנקומענדיג אין אפיס זענען שוין חני און מלכי געזעסן דארט, ער האט נאך אנגעיאגט צו הערן ווי די פיפיגע חני טוט ווארעם קאמפלימענטירן מלכי'ן אויף איר שיינע בלאוז. טראכטענדיג צוזיך, וואהה. זי קען טאקע מאכן א רושם אויף עמיצן מיט איר ליבליכע אויפפירונג

 

חזקי: קודם כל וויל איך ענק איבערבעטן פארן נישט קענען אהערברענגען מיט מיין אויטא, מיין פרוי גאלדי האט זיך היינט געשטעלט דערויף – כ'זאל אינטערוועגנס אריינגיין אינעם איינציגן פאסט אפיס אין געגנט וואס איז אפן זונטאג. אריינגעבן א פעקל. און כ'האב ענק נישט געקענט לאזן ווארטן, אינדערצייט וואס כ'ווייס נישט ווילאנג ס'קען מיר געדויערן. אין יעצט בנוגע דעם געהאלט. איך וואלט מציע געווען א וועידזש פון 15 דאלער א שעה. האלב אויף די ביכער. מעדעצין קאסטן איז אויסגעשלאסן. און  יעצט לגבי אורלויב. אין פרינציפ צאלן מיר נאר אויף איין וואך פריי געגן זעקס מאנאטן ארבעט. אבער נישט אריינרעכענענדיג ימים טובים. וואס אויפדעם צאלן מיר נישט. זעלבסט פארשטענדליך אויב וועלן מיר זיין צופרידן פון דיין ארבעט, וועלן מיר העכערן דיין געהאלט, און אויך זיין מער בויגעוועדיג אנבאלאנגט צאלן אויך די ימים טובים. עפעס פראגן?

חני: יא! וואס איז מיט געבורט-אפוועזנהייט? צוגעבנדיג מיט א איינגעהאלטענעם שמייכל ' נישט אז כ'בין אויפ'ן וועג דערצו. אויך נישט אז ס'איז אין פלאן! נאר סתם איך פרעג פאר אינטרעסאנקייט.

חזקי מיט א האלבן שמייכל אויפן געזיכט, וואונקט מלכי'ן זאל איבערנעמען דאס ווארט.

מלכי: אה. איז אזוי . מיר צאלן א סעפציעלע אינשורנס-פאליסי וואס גיט פאר די ארבעטארערינס, זעקס וואכן געהאלט. אבער זיי צאלן בלויז האלב פון די אמת'ע ראטעס, וויבאלד זיי גייען לויט די ביכער.

נאך א קלייניגקייט חני! דיין געוועזענער בעה"ב האט עפעס דערמאנט איבער א קרעדיט קארד. האסט א אהנונג וואס ער מיינט דערמיט?

חני האט פארלוירן דעם רויטן קאליר. ס'האט אויסגעקוקט ווי אט אט און זי ציהט זיך אויס!!!

וו-עעע-ן? ווען ה-א-ט ער עס ג-ע-זא-ג-ט? וואס האט ער ג-ע-זא-ג-ט....?

מלכי: כ'ווייס נישט גענוי. ער האט נאר געזאגט אז ס'איז געווען עפעס מיט א קרעדיט קארד

חני: אה. גארנישט סתם א נארישע מעשה.

מלכי: אקעי . כ'פרעג סתם אויס נייגעריגקייט.

חני: אקעי איין טאג האט זיך פארבינדן צו אונז די קרעדיט קארד קאמפאני, און היות מיין באוס איז געווען שטארק פארנומען האט מען אריבערגעפירט דעם קאל צו מיר. זיי האבן גענומען פרעגן אומצאליגע אלגעמיינע פראגן איבער די ביזנעס, וואס כ'האב פארשטענדליך נישט געצעגערט צו ענפערן, נאך אלעם זענען זיין שוין געווען מיט אונז א שיינע פאר יאר, און זיי האבן געוואוסט אלע איינצעלהייטן פון די ביזנעס. ווי זיי האבן עקלערט איז עס א רוטינע יערליכע טעלעפאון קאול וואס זיי פירן דורך זיכער צומאכן אלעס קלאפט. אזוי צום סוף גיבן זיי א פרעג בדרך אגב 'איז וויפיהל האסטו נאר געזאגט פארדינען ענק אין א יאהר'?

 

נישט טראכטנדיג אז ס'דא א פראבלעם דערמיט האב איך תמימות'דיגערהייט געזאגט דעם אמת. הערשט שפעטער געוואויר ווערנדיג, אז ווי פיהלע גרויסע קאמפאניס, און ביזנעסער טוען ווען זייער איינקנופט צירקל איז נאך פארהעלטניסמעסיג קליין . און זיי פארמאגן נאך נישט גענוג געלט מיט וואס צודרייען דעם ביזנעס ראד, און דארפן דעריבער ביי יעדן גרויסן אויסגאבע צוקומען צו אן הלוואה פון באנק.  אזעלכע ביזנעסלייט, נויטיגן זיך פארט אין א הויעכן קרעדיט-לימיט.

 

האט מיין בעה"ב אזוי ווי אלע, אויך אויפגעבלאזן זיינע פארדינסטן, אזוי ארום צו קענען באקומען פון די קרעדיט קארד קאמפאני א גרעסערן ליין. ער האט זיי איינגעמאלדן א יערליכן פארדינסט פונוואס ער האט ניטאמאל פסח אויפדערנאכט געקענט חלומ'ען. ווען וועלט איז געווען וועלט. האבן זיי זיך קיין סאך נישט געקימערט דערוועגן. און געגיבן פאר מענטשן לויט וויפיהל אינפארמאציע זיי האבן מיט זיי מיטגעטיילט, נישט נאכקוקענדיג שטרענג, אויב די געשרייבעכצער האבן עטוואס האפט.

 

אבער מיט דער אינטערנאציאנאלער עקענאמישער קריזיס, האבן זיך זייערע פויסטן פארשטייפט. און די לעצטע האבן גענומען נאכגיין די איינצלהייטן מיט שטרענגע פארזיכטיגקייט. נאכן זיך אפבריען מיט צענדליגע וואס האבן זיך אנגעמאכט ריזיגע קרעדיט-חובות.  צוגעשפארט זייערע אקאוונט'ס און געזאגט די בענק. ישקינו! (קושט מיר ווי די אידן האבן גערוהט!) איבערלאזנדיג די קאמפאניס אהנע אלטערנאטיוון פון וואו אפצומאנען דאס געלט. ספעציעל האט עס איבערגעלאזט שטארקע לעכער דארט וואו קארטל איז געווען פארשריבן אויף דער קאמפאני נעים, און נישט אויף א פריוואטן אינדיווידועל. וואס פירט דערצו אז דאן, אויב האט דער קאמפאני נישט איבערגעלאזט קיין פארמעגנס, לאנד. א.ד.ג. קען זיך דער באנק טאקע גיין אויפהענגן, און זאגן קדיש יתום אויף דעם חוב.

 

האבן די בענקט געכאפט די הענט אויף די יארכע, און נישט געצעגערט קיין מינוט, נאר תיכף גענומען אנרופן די באטרעפנדע קליענטן, איינס ביי איינס. זיכער צו מאכן אז אלעמענס פרטים שטימען אויפן בעסטן. און אלץ האט די נויטיגע דעקונג. און אזוי ארום באשליסן אויב דער דאזיגער ביזנעס, קען אויסשטיין, און באצאלן די מאנטאליכע צאלונגען. געוואנדן ביי יעדעם לויט זיינע אומשטענדן און אפמאכן מיטן באנק, זיך רעכענענדיג לפי דעם יערליכן צירקול.

 

אלץ רעזולטאט פון דעם שמועס. האט מיין באוס צו זיין שאקירונג ערהאלטן א שארפער בריוו פון די קאמפאני, זיי טוען אים טרוקן מעלדן, אז זיי שליסן טאטאל אפ זיין אקאונט מיט זיי, צוליב א ליגנט אין די פארלאנגטע תנאים, וואס איז קלאר געווארן דורכאויס א טעלעפאון קאל מיט עמיצן א אינסיידער פון אונזער אפיס. און צוגעבנדיג, אז ער ברויך תיכף אפצאלן דעם גאנצן סכום וואס ער איז שולדיג. אין לויף פון דרייסיג טאג. אדער עס צאלן צוביסלעך, אבער אויף א חודשליכע ראטע פון 25 %.  (ער האט געמיינט אז די קדחת באטרעפט אים)

 

איך בין איינשטימיג אז כ'בין באגאנגען א שטארקער טעות. ענטפערנדיג דעם באנק מענידזשער אויפ'ן טעלעפאון ווען כ'וואלט ווירקליך געדארפט ציווארטן ביז דער באוס וועט קומען זאגן וואס ער האט צוזאגן. אדער סיי וועלכעס אנדער אויסוועג. אבער דאס אז ער האט דעריבער רשות, מיך צו גיין באשמירן, ?! איז זיכער אפגעפרעגט.! כ'בין ממש ערשטוינט.

 

אקעי. דא ביינונז וועסטו  נישט קאמיוניקירן מיטן באנק. און מיט קיינעם נישט אהן זיך צינויף רעדן בעפאר מיט חזקי'ן. אויב איז ער נישט עוועליבל. זאגט מען יענעם צוריקצוריפן. אבער אויף קיין פאל נישט מאכן שבת אליינס. פארשטאנען?! אקעי! לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט.

 

חזקי: אקעי איך וועל זיין אין די דערנעבנדיקער צימער, ווען עטס זענטס גרייט אהיימצוגיין, ביטע לאזט מיר רופן. און כ'וועל ענק נעמען.

חזקי, האט אויסגענוצט די ליידיגע צייט, צו דורכקוקן זיינע אימעיל'ס, געפינענדיג אן אימעיל וואס חני האט אים געשיקט יענע נאכט, נאכן זיך ארומהאלדזן אויף די טרעפן.

 

היי חזקי.

וואס דו האסט היינט געטוהן פאר מיר וועל איך קיינמאל אין לעבן נישט פארגעסן! און איך זאג דיר צו, וועסט נישט חרטה האבן אויף די צוטרוי האסט מיר געשאנקן. און אזוי אויך. דיין דארט זיין פאר מיר. ווען איך האב צודיר געדארפט אזוי שטארק צוקומען... לויט ווי איך האב דיך שוין אנגעיאגט צו קענען געלערנט, ווייס איך אז האסט פילייכט ביטער חרטה אויף אונזער זיך ארומהאלדזן. און דו הויבסט שוין אהן זארגן, וואס ס'וועט שוין זיין ווען מיר וועלן ארבעטן צוזאמען. אלזא לאמיר דיך אויפקלערן,  דאס איז נישט געווען די סארט פארבאטענען דערנענטערונג. און ארומנעמען זיך. ס'האט נישט באדייט חלילה א האלדזן פון צוויי ליבהאבער וואס טועהן טשיטן אויף זייערע פארטנער'ס. אדער פארראטן זייערע באשערטע.  פארקערט. ס'האט בלויז געוויזן א ריינע  חיבוק, גלייך ווי א טאטע וואס טוט ארומארעמען זיינע ליבליכע קינדער און שיצט און באהאלט זיין אונטער זיינע פליגלען. זיי אפצוהיטן פון אלדאס בייזן... ווי א טאטע וואס שעפשעט צו זיינע קינדערלעך. 'קומט נענטער צומיר. דא וועט עטס זיין באהיט פון פארזיכערט פון סיי וועלכע צרה. זארגט נישט איך וועל קיינעם נישט ערלויבן אייך וויי צוטוהן'!

 

איך בין זיכער אז דאס. און נאר דאס. איז געווען מיין איינציגסטע כוונה. און אזוי האב איך געפהילט בשעת מעשה. אלזא הער אויף זיך צו פייניגן דאס געוויסן אויף א זאך וואס האט נישט פאסירט. איך גלייב אין דיך. און איך בין זיכער, אז כ'האב געטוהן די גלייכסטע קלוגסטע זאך 'זיך פארלאזנדיג אויף דיר'.

 

אגב. ס'טוט מיר גאר וויי צו הערן דעם גאנצן השתלשלות פ"וו ביסט נישט אנטלאפן די ערשטע נאכט. אבער נאכאלץ איז מיר אומפארשטענדליך, פ"וו האסטו נישט געקענט אנטלויפן כאטש נאך א חודש?! צוויי חדשים?! בעפאר זי איז טראגעדיג געווארן. ווען דאן האסטו שוין זעכער געמערקט אז גארנישט וועט נעמען א ענדערונג ביי איר.  כ'וויל באמת נישט גראבן און נישטערן.  און אויב פיהלסטיך נישט אזוי באקוועם דערמיט. דאן ענטפער נישט ! ס'רייסט מיר פשוט ביים הארץ. און ס'טוט מיר אזוי לייד אויף דיר חזקי! אז דו לעבסט אויף דער וועלט אהן ריכטיגע ליבע.. ס'קומט זיך דיר בעסערס.

 

שרייב מיר צוריק ביטע. און אין אלגעמיין ביניך זייער אנטציקט און זעהר איבערגענימען פון אלעס. כ'בין עקסייטעד אז כ'פאנג שוין אהן פון דעם קומענדיגן זונטאג.

כ'גיי פארציילן פאר מיין מאן דערוועגן . שבת אי"ה.כ'האב באשלאסן אפצושטופן דעם שמועס – פון דעם איבערגאנג צום נייעם ארבעט אויף א געאייגנטע פאסיגע צייט – פרייטיג צונאכטס – ווען מיר קאדלען זיך און הילן זיך איין צוזאמען אינטערן דאכענע. און אים דאן אזוי עס אריינשמוגלען  אין קאפ. אינדערצייט וואס ער איז ראשו ורובו. מיט קאפ און מח, פארנומען מיט מיר. אזוי ער זאל לייכטער פארדייען דעם געדאנק. (אגב. עטס שלאפטס כאטש אויך צוזאמען? לכה"פ איין מאל א וואך אפשר? )

 

ווי עס שרייבט צו דיר דיין טייערע חני וואס ליבט דיר שטענדיג.



סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/2/2012 23:35 לינק ישיר 

NU


מנותק
נשלח ב-28/3/2012 17:10 לינק ישיר 

"comins soon ay"h in the forum "glat heimishe


סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/4/2012 14:34 לינק ישיר 

די מעייסע איז איבער געזעצט  פון די היברייעישע שפראך. די ארגינעלע מעייסע איז "החטא ועונשו" געשריבן דורך "פרץ" אין די פאראם "יצרים לוהטים"


מחובר
נשלח ב-1/7/2012 05:25 לינק ישיר 

וואטעווער איט איז האבן מיר מוראדיג הנאה (איך האב געליינט די אנדערע מעשה אויך אויף דיין בלאג) און אפילו מען לאזט זיך (ליידער) נישט הערן ליינען מיר מיט דארשט


מחובר
   
בית > פורומים > אהבה ורומנטיקה > א אידישע ליבע > דער זינד און איר שטראף.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

    אודות כיתבו לנו תנאי שימוש הצהרת פרטיות סיפורי הצלחה המליצו לחברים מפת האתר
אקסלאב הוא אתר הכרויות השלישי בגודלו בארץ, עם מעל 320,000 נשים, גברים,חילופי זוגות - מצליחים, משכילים, סקסיים... וכארבע מאות מצטרפים חדשים מדי יום. כל הנרשמים עוברים מערכת סינון קפדנית, שמבטיחה מאגר חברים איכותי ועדכני. בתחקיר שערך עיתון הארץ לרגל יום האהבה (בחודש אוגוסט 2011), בין כל אתרי הכרויות הבולטים בארץ נבחר אקסלאב לאתר הכרויות האיכותי ביותר בישראל בכל הקטגוריות שנבחנו.
בקרו במדור המאמרים שלנו, שם תמצאו מאמרים איכותיים בנושאי - הכרויות , אהבה, סקס.